דזשארדזש בוש, דער 41 פּרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאַטן און דער פאטער פון די 43'סטער, וואס האט געפירט די לאַנד דורך שטורעמישע צייטן אָבער האט פארשפילט אַ צווייטע טערמין נאָכדעם וואס שטיצע פאַר זיין פרעזידענטשאפט איז צופאלן אונטער די וואָג פון אַ עקאָנאָמישע צונויפבראך און זיין שוואכע באנעמונג צו אינערליכע טעמעס, איז געשטארבן פרייטאג צונאַכטס אין זיין היים אין יוסטאָן. ער איז געווען 94 יאהר אלט.

זיין טויט, וואָס איז געמאלדן געווארן דורך זיין אָפיס, איז געקומען ווייניגער ווי אַכט מאנאטן נאָכדעם וואס זיין ווייב פאר 73 יאר באַרבאַראַ בוש איז געשטארבן.

די עלטערע בוש איז אריינגעקומען אין די ווייסע הויז מיט איינער פון די שענסטע אונטערגרונדן פון סיי וועלכע פּרעזידענט. ער איז געווען אַ צוויי-טערמין קאָנגרעסמאַן פון טעקסאַס, אַמבאַסאַדאָר צו די יו.ען., טשערמאַן פון די רעפובליקאנער נאַציאָנאַלער קאַמיטע, אמעריקאנער שליח צו כינע, דירעקטאר פון די סי.איי.עי. און וויצע פּרעזידענט אונטער ראָנאַלד רעיגען.

בוש האט געליטן פון אַ פאָרעם פון די פּאַרקינסאָן'ס קרענק און איז געווען געצווינגען זיך צו באנוצן מיט אַ רעדערשטול אָדער מאָטאָרזירטע סקוטער אין די לעצטע יאָרן, און ער איז געווען אריין און ארויס פון שפיטעלער. אין אפריל, אַ טאָג נאָכ'ן זיך באטייליגן ביי די לויה פון זיין ווייב בארבארא, איז ער באהאנדלט געווארן פאַר אַ אינפעקציע וואָס האט זיך פאַרשפּרייט אין זיין בלוט.


דזשארזש ה.וו. בוש


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל