דזשארזש הערבערט וואָקער בוש, געלעבט פון יוני 12, 1924 ביז נאָוועמבער 30, 2018, איז געווען אן אַמעריקאַנער פּאָליטיקאַנט און שטאַטסמאַן און האט געדינט אלס דער איין און פערציגסטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

בוש איז געבוירן און אויפגעוואַקסן אין מילטאָן, מאסעטשוסעטס, און אין דעצעמבער 1941, איז בוש אריין אין די אמעריקאנער נעווי, ווי ער האט געדינט ביז 1945. אין 1948 האט זיך בוש אריבערגעצויגן צו מערב טעקסאס, ווי ער איז אריין אין די אויל אינדוסטריע, און איז געווארן א מיליאָנער.

דערנאך איז בוש אריין אין די פאליטישע וועלט. אין 1966 האט בוש פארלוירן די סענאט פארמעסט פון טעקסאס, אבער אין 1968 האט בוש געוואונען אין  די קאנגרעס פארמעסט אין טעקסאס, ווי ער האט געדינט ביז 1970, און אין 1970 האט ער ווידער פארלוירן די סענאט פארמעסט.

אין 1971 האט פרעזידענט ניקסאן אים באשטימט אלס די אמעריקאנער אמבאסאדאר צו די יונייטעד נעישאנס, און אין 1973 איז ער געווארן די טשערמאן פון די רעפובליקאנער נאציאנאלע קאמיטע,

א יאהר דערנאך, האט פרעזידענט פארד באשטימט בוש אלס דער העכסטע אמעריקאנער דיפלאמאט צו כינע, און דערנאך אים באשטימט אלס דער די.סי.איי. דירעקטאר (די סי.איי.עי. פארגייער).

אין 1980, האט בוש פארלוירן אין די פרעזידענטליכע פארמעסט אנקעגן פרעזידענט רעיגען, אבער רעיגען האט אים אויפגענומען אלס די וויצע פרעזידענט, און אין 1988 האט בוש געוואונען די פרעזידענטליכע פארמעסט, ווי ער האט געדינט ביז 1992.

אין די יארן אלס פרעזידענט, האט בוש געפירט קריג אין פאנאמא און אין די פערסישע גאלף, די בערלינער וואנט איז צוזאמפאלן, און די סאוויטישע פארבאנד האט אנגעהויבן צופאלן. ווי אויך האט בוש אונטגעשריבן די נאפטא אפמאך, און א שטייער העכערונג.

צוליב א שוואכערע עקאנאמישע וואוקס, און צוליב די קאלטער קריג וואס האט געברענגט נייע פאליטישע קלימאטן, האט בוש פארלוירן אין די 1992 פארמעסט צו פרעזידענט קלינטאן.

בוש איז געווען א גרויסע צווייג פון די "בוש פאמיליע" וואס איז באוואוסט אין פאליטיק, ספארטס, ביזנעס און אונטערהאלטונגען.

דזשארזש ה. וו. בוש

פון יושע לאווי צו אידישע ענציקלאָפּידיע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל