א איד פון אפסטעיט נ.י. איז נעבעך געפאלן צו זיין טויט פון אַ וועסט-ווילידזש הויז היינט מיטוואך צופרי - און זיין פריינדינע האט געמאכט די גרוזאָמע אויפדעקונג, האבן פּאָליציי קוואלן געזאגט.

שאול פריעדמאַן פון מאנסי, איז געווען געוואונט צו רייכערן ציגאַרעטן זיצענדיג אויף די פענצטער פּאָליצע אין די פיפטע שטאק אפארטמענט פון זיין פריינדינע לאָוראַ מיטערראַנד. ווען מס. מיטערראַנד האט געזעהן אז די פענסטער איז אפן און אים נישט געזעהן זיצן דארט האט זי ארויסגעקוקט און געזעהן ווי ער ליגט ליידער טויט אויף די ערד אונטן, בערך פופציג פיס אראפ.

דער 39-יעהריגער פריעדמאַן איז אַזוי שטארק געפאַלן, אַז ער ער האט צובויגן און צעבראכן אַ אייזענע צוים אויף די גאַס. די פאליציי גלייבן אז עס איז פון זיך אליינס ארויסגעפאלן, און פארדעכטיגן נישט קיין קרימינאלע אקטן.

הבחור שאול פריעדמאַן
הבחור שאול פריעדמאַן

די הויז ווי די אינצידענט האט פאסירט
די הויז ווי די אינצידענט האט פאסירט

ען.וויי.פי.די. אויף די סצענע
ען.וויי.פי.די. אויף די סצענע


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל