פיר ספרי תורה זענען גענצליך פארברענט געווארן און איינס איז שטארק געשעדיגט געווארן, ווען א שרעקליכער פייער האט דורכגעריסן דער מורשה שול אין קעיפטאון דרום אפריקע.
די פייערלעשער האבן העלדיש און פלינק געארבעט אראפצוקלאפן די פלאמען, ווען אין די זעלבע צייט האבן זיי פרובירט צו ראטעווען ווי מער תשמישי קדושה. זייער הארעוואניע האט זיך טיילווייז אויסגעצאלט ווען עס איז זיי געלונגען צו ראטעווען אסאך ספרים, אבער זיי האבן נישט באוויזן אנצוקומען צום ארון הקודש באצייטנס, איידער עס איז ארויף אין פלאמען, און עס איז ליידער באשטעטיגט געווארן די ביטערע נייעס אז כמעט אלע ספרי תורה זענען פארברענט געווארן.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה