עקסטרעמיזם און אלטערנאטיווע פאקטן פארשלייערט אין מענטשליכקייט, ביי א דרשה פון הרב בערל טויבער

פון ג. פיש צו דער וועקער




פאר די וואס האבן מיטגעהאלטן די אינטערנעט מערכה פון געבורט, געזעהן ווי זי איז אויפגעוואקסן, אנגעהויבן בעבלען האלבע ווערטער, געשטעלט די ערשטע פיסטריט, איז אינטערעסאנט יעצט צוצוקוקן ווי זי וואקסט אויף, הויבט שוין אן זיין אביסל "מעטשור", ווייסט שוין בערך וואס זי וויל אין לעבן, וואס זי וויל אויפטון, און וויאזוי בערך זי וויל דאס באווייזן.

טייערע אידן, כ'האב שוין לאנג נישט געשריבן פאר'ן פובליק, לייף איז ביזי. אבער אז מ'זעהט דאס קינד אונטערוואקסן קומט אסאך מאל אויס צו רעדן וועגן איר, ווי זי האט זיך אסאך אנטוויקלט זייט כ'האב געשריבן דאס לעצטע מאל. זי האט רוקם געווען עור וגידים, ס'האבן אויפגעשיינט נייע מגידים בשער, נייע מעטאדן, השומרים קארדס; דער שמועס האט זיך שוין גערוקט פון אינטערנעט אין דער ארבעט צו פליפ פאונס, צו טעקסט, צו כשר'ע סמארטפאונס, צו צוויי באזונדערע טעלעפאנען פאר ביזנעס און פערזענליכן באנוץ. די סכנה האט זיך שוין גערוקט פון שמוץ, טשעט רומס, און טעקסטן מיידלעך אנליין, צו כפירה, און "מענטשליכקייט". מ'שרייט אז ס'נעמט אוועק פון זיך אפגעבן מיט די קינדער, צי אינטערנעט אדיקשאן גאר. ברוך השם, כלל ישראל איז שעפעריש, און ווען איין וועג ארבעט נישט, איז יפוצץ סלע אויף זיבעציג אנדערע וועגן וויאזוי צו קאנטראלירן דעם עולם.

די מערכה'ס נייער נואם הכבוד


איז מיר אויסגעקומען אריינצופאלן אין דעם בית המדרש פון קהילת באבוב-45, בשעת א פולע זאל מיט יונגעלייט זענען געזעסן ביי איין אזא אינטערנעט אסיפה, און א לעצטיגער פאן-טרעגער פון דער נייער מערכה, הרב בערל טויבער פון מאנסי, האט דארט נואם געווען בחסד עליון איבער דעם ענין.

די טויבער משפחה איז באקאנט מיט זייער סטיל דרשות וואס באשטייט נישט סתם פון תורה'לעך און מחאות, נאר זיי זענען "ברייטע מענטשן", און קענען אמאל ציטירן נייעס באריכטן, ביכער, און אמאל קענען זיי זאגאר לאזן פאלן גאנצע זאצן אין דער ענגלישער שפראך, ווי צו זאגן, איך מיין סיריעס ביזנעס דא, און כ'בין נישט סתם נאך א רבי'לע וואס האלט א דרשה. זיך אנשטויסנדיג אין דער אסיפה איז מיר געווען אינטערעסאנט מיטצוהאלטן, האב איך מיך צוגעשארט אין א זייט און אויסגעהערט אפאר מינוט וואס הרב טויבער האט צו זאגן. ס'מיר געווען א חידוש אז אנשטאט די אמאליגע טאקטיקן פון זאגן בהמה, יהרג ואל יעבור, איכא דרכא אחרינא, קומט הרב טויבער און רעדט א גאנץ אנדערע שפראך. הרב טויבער איז נישט סתם א כאניאקישער עקסטרעמיסט חלילה; ער איז א "נארמאלער מענטש", און אפעלירט פשוט צו דער נארמאלקייט פון זיינע צוהערער.

נו, אם ב'נארמאלקייט עסקינן, בין איך דאך אויך א מחותן. גערעדט האט ער דברים של טעם, ער האט אפגעליינט א שטיקל "ניו יארק טיימס" פון א רעפארטער איבער א שולע אין סיליקאן וואלי, קאליפארניע, וואו אלע גרעסטע בעלי בתים פון גוגל, עפל, און יאהו שיקן אהין די קינדער, וואו דארט איז די תקנה אז קיין שום תלמיד טאר נישט האבן קיין צוטריט צום אינטערנעט, אפילו נישט אינדערהיים, און זיי קאנטראלירן דאס זייער שטרענג.

כ'האב אנגעהויבן צו טראכטן, ענדליך רעדט איינער צו דער זאך. צי איך בין מסכים מיט אים צי נישט איז שוין א באזונדערע פראגע, אבער דאס הייסט נארמאל גערעדט, נישט געגאנגען קאפ אין וואנט ווי זיינע פארגייער ביז היינט. דער הרב טויבער ברענגט שטודיעס, ער האט נאכגעפארשט די זאך, און רעדט נישט סתם פאר פייער און פאר וואסער ווי די אנדערע. כ'בין ארויס מיט א שטארקן רושם פון זיין דרשה, און ווען כ'בין אהיימגעקומען האב איך געוואלט נאכקוקן דעם ארטיקל, די שטודיעס וואס ער האט געברענגט, און זען אם כנים הדברים. ס'מיר אבער שווארץ געווארן ווען כ'האב געזען אז לא דו"בים ולא יער, בסך הכל האט ער נאכגעבעבעלט אן ארטיקל, פאלש אפגעלערנט שטודיעס, און ס'איבעריגע פשוט ארויסגעזויגן פון פינגער.

וועל איך דא אראפברענגען בקוצר הדברים וואס ער האט געזאגט ביי דעם חלק פון דער דרשה וואס איך בין געווען, און מ'וועלמיר נאכקוקן די מקורות וואס ער ברענגט.

די דרשה


ר' בערל טויבער האט אנגעהויבן מיט א 2011 ניו יארק טיימס ארטיקל פון מעט ריכטעל, א פוליצער פרייז געווינער פארן שרייבן איבער די סכנות פון טעכנאלאגיע און טעקסטן אינמיטן דרייוון, א לאנגיעריגער לוחם מלחמת הקודש קעגן די פגעי ה'טעכנאלאגיע. שרייבט ער איבער דער "וואלדארף שולע" פונעם פענינסולא אין סאנטא קלארא, קאליפארניע, וואו אלע גרעסטע ריזן, די "owners" כלשונו, פון דער גאנצער "טעכנאלאגיע אינדוסטריע" שיקן די קינדער. די שולע שרייבט, ווי הרב טויבער זאגט נאך באפעפערט מיט'ן לשון עם זר, אז זייער "טשיף טיטשינג טול איז עניטינג באט הייטעק. פענס, פעיפערס, נאט א קאמפיוטער טו בי פאונד, נאו סקרינס עט אלל. נישט אין סקול, און נישט אינדערהיים. זיי פארלאנגען פון אלע סטודענטס, אז מ'טאר נישט באנוצן קיין שום טעקנאלאדזשי." (אין אידיש: זייער הויפט לערנען געצייג איז אלעס חוץ טעכנאלאגיע. פענעס, פאפיר, קיין שום קאמפיוטער קען מען נישט טרעפן, קיין שום סקרינס בכלל. נישט אין שולע, און נישט אינדערהיים.)

זאגט ר' בערל ווייטער אז די וואס שטיצן די שולע זאגן אז קאמפיוטערס הרג'ענען אוועק "קריעיטיוו טינקינג, מאוומענט, יומען אינטערעקשען, און אטענשאן ספענס." אטענשאן ספען, זאגט ער, מיינט די לענג וואס א מענטש קען זיך קאנצענטרירן אויף א זאך. זאגט הרב טויבער אז א דורכשניטליכער מענטש - נישט קיין אידן פארשטייט זיך, מיר זענען דאך אלעמאל געווען בעסער, ווייל אידן זענען אן עם הספר - האט א געוויסער אטענשאן ספען וואס מ'קען מעסטן. אבער, זאגט ער, "אז מ'קוקט אריין אין א בוך פון עטליכע צוואנציג יאר צוריק, איז דער דורכשניטליכער אטענשאן ספען געווען פיר און צוואנציג מינוט. נעם אבער ארויס א DSM (דאס איז דער אפיציעלער פסיכאלאגיע האנטבוך צו דיאגנאזירן גייסטישע פראבלעמען) פון 2012, וועט איר זען אז דער דורכשניטליכער אטענשאן ספען פון א מענטש, איז בלויז 42 סעקונדעס! האסטו די פירות פון טעכנאלאגיע!"

א קיצור, ר' בערל רעדט דא בכלל פון זיין א נארמאלער מענטש, נישט פון קיין מדריגות פון אפגעהיטנקייט, און ער קען אפילו אזוי ש'מיר ניש'דיר ציטירן פונעם DSM, ווי א שיין-געביגלטער פסיכאלאג. און אגב, אז מ'איז נישט קיין נארמאלער מענטש, האט מען נישט קיין קאפ צו קיין דאווענען, צו קיין יום טוב, צו קיין שבת, צו די קינדער, נישט ווייל מ'איז נישט ערליך, נישט ווייל מ'איז אנגעשטאפט מיט שמוץ און כפירה פון דעם אינטערנעט, נאר ווייל מ'האט פשוט נישט די קאפ דערצו, די אטענשאן ספען איז נישט דא.

הרב טויבער ווארפט נאך א באמבע אין דער סוגיא פון "נארמאלקייט". ער זאגט אז די פראבלעמען פון אינטערנעט ווערן נישט געלעזט אפילו אויב מ'האט דעם שטערקסטן פילטער. "אינטערנעט איז אן אדיקשאן!" שרייט ער, און נישט סתם אן אדיקשאן, נאר "עס איז נישט דא קיין זאך אין דער היסטאריע פון דער וועלט וואס איז געווען אזוי אדיקטיוו ווי אינטערנעט!" אויב האט א ספק ווער ער עס האט אזוי אפגע'פסק'נט, און צי די דעקלעראציע קומט פון עפעס א כאניאק, זאגט הרב טויבער אז ניין, דאס האט ער בפירוש געהערט פון אן "אדיקשאן ספעשעליסט" אין ניו יארק. דער אנאנימער ספעציאליסט האט באטאנט אז מיר האבן נאכנישט געהאט אויף דער וועלט אן אדיקשאן אויף דעם שטאפל פון דעם אינטערנעט, נישט דראגס, נישט אלקאהאל, נישט אלע מיני אדיקשענס. דער ספעציאליסט האט גאר געמאסטן אז דער העכסטער שטאפל פון אדיקשאן וואס האט עקזיסטירט ביז היינט איז בלויז געווען א פערטל, 25 פראצענט, פון דער שטארקקייט פון אינטערנעט אדיקשאן.

דאס אלעס איז דער חלק וואס דער גוי שרייט וואס טעכנאלאגיע האט אלץ קאליע געמאכט, על אחת כמה וכמה ווען מ'רעדט וועגן אונז אידן, דארפן מיר זיכער פארשטיין ווי געפערליך דאס איז.

הרב טויבער זאגט ווייטער אז די חורבנות וואס מ'זעט היינט א דאנק דעם אינטערנעט איז נישט אז מ'ווערט קאליע, נאר אז ס'הרג'עט אוועק שטיבער. טאטעס און מאמעס זענען צו פארנומען אויף זייערע מאשינקעס זיך געהעריג אפצוגעבן מיט די קינדער, צו האבן אן עכטן קשר מיט זיי. מ'זעט צומאל עלטערן נעמען קינדער אין פארק, און אנשטאט זיך שפילן מיט זיי איז מען פארנומען אויפ'ן טעלעפאן א גאנצע צייט. שומו שמיים.

עד כאן תמצית דברי הרב בערל טויבער וואו ער מאכט די פאלגנדע פיר ארגומענטן:

  1. אפילו די וואלדארף שולע אנערקענט די שעדליכקייט פון טעכנאלאגיע;
  2. אינטערנעט הרג'עט אונזער עטענשאן ספען; כמובא ב-DSM;
  3. אינטערנעט איז פיר מאל אזא שטארקער אדיקשאן ווי דער ערגסטער אדיקשאן ביז היינט;
  4. אינטערנעט מאכט חרוב דעם קשר צווישן עלטערן און קינדער.


די וואלדארף שולע


איך האב אריינגעקוקט אין דער וואלדארף שולע פונעם טיימס ארטיקל, וואס זיי פארקויפן, און אויף וואס זיי באשטייען, און ס'האט זיך אנטפלעקט א גאר אנדערע בילד. די שולע איז נישט סתם אן אנטי-טעכנאלאגיע אינסטיטוציע, נאר א באזונדערער גלויבן פאר זיך, געוויסע רופן עס אפילו א קולט. די וואלדארף שולע סיסטעם איז געגרינדעט געווארן דורך רודאלף שטיינער, א פילאזאף אין די פריע 1900-יארן. זיין פילאזאפיע, זיין גלויבונג, אנטראפאסאפי, גלויבט אז קינדער אין די פארמאטיווע יארן בייטן זיך נשמות יעדע זיבן יאר, און איז אויך געבויעט אויף קרומע אמונות אין שדים ורוחות. גוגלט אביסל איבער דער שולע, וואס געוועזענע עלטערן און תלמידים זאגן דערויף, וועט איר זען אז זענען נישט אזוי גלאטיג. אנטראפאסאפי האט א ליסטע פון אמונות אין גילגולים, וועגן וויאזוי צו קאמיוניקירן מיט טויטע, און בין היתר אז אויב א טונקל-הויטיגער איז וואויל, האט גוטע קארמא, איז ער זוכה מגולגל צו ווערן אין א ליכטיג הויטיגער אינעם קומענדיגן גילגול.

די ערשטע פאר יאר אין שולע, לשיטת רודאלף שטיינער, דארף א קינד זיך נישט אויסלערנען קיין אקאדעמיע, ליינען, שרייבן, וכדומה, נאר קודם זאל ער קענען בויען, קאכן, נייען, פלאנצן, און ערשט ביים צווייטן און דריטן שטאפל/נשמה לערנט מען אויס געהעריגע לימודים. דאס אז אין די וואלדארף שולעס נוצט מען נישט קיין טעכנאלאגיע אין האט גארנישט מיט קיין קעגנערשאפט צו טעכנאלאגיע, די טעכנאלאגיע פון וואס מיר רעדן היינט איז נאך דעמאלט נישט געווען. נאר אז זיי לערנען גארנישט אויס אין די ערשטע פאר יאר, חוץ פון וויאזוי זיך אן עצה געבן מיטן נאטור. זייער שיטה, געבויט אויף דער אמונה אז ס'געשעט עפעס א גלגול נשמות יעדע זיבן יאר, איז אז די פריע קינדערישע יארן דארף מען זיי לאזן לערנען נאטירליך, נישט אריינקוועטשן זאכן, נישט לייענען, שרייבן, מאטעמאטיק וכדומה, ביז די זיבן יאר. בעיקר לערנען זיי אויס וויאזוי צו נייען, באארבייטן ערד, מאכן כלים, בויען, א.א.וו., און ווי עלטער די קינדער ווערן, אלס מער ברענגען זיי אריין טראדיציאנאלע לימודים. אין זיבעטע-אכטע קלאס לערנט מען שוין אויס קאמפיוטערס און טעכנאלאגיע, ווי אויך שטעלן זיי א שטארקע געוויכט אויסצולערנען די תלמידים וויאזוי צו קאנטראלירן טעכנאלאגיע, און נישט פארקערט, אז עס זאל זיי קאנטראלירן. אין הויכשולע מוז שוין יעדער תלמיד האבן א לעפטאפ אין קלאס.

דאס אמת בילד איז גאר אנדערש פון דער טעכנאלאגיע-ריינע שולע וואס ריכטעל שטעלט פאר אין זיין ארטיקל. כ'מיין אז מיר וואלטן מוותר געווען אויף טעכנאלאגיע אין די קליינע כיתות, ווען מ'לערנט ווען אויס די קינדער עפעס לייטיש ווען זיי ווערן עלטער, און אנשטאט האקן אויף טעכנאלאגיע מכל וכל, זאל מען אויסלערנען די קינדער וואזוי עס צו נוצן אויף א געזונטן אופן.

דאס אז וואלדארף האט מוזיק, אטלעטיקס, ארט, אלס אן אינטעגראלער חלק פון דעם סדר היום, ווייל זיי האלטן אז דאס איז גאר וויכטיג פאר דעם גייסטישן און פיזישן וואוילזיין פון א מענטש, איז מסתמא אויך נישט אינטערעסאנט פאר הרב טויבער.

נאך א זאך: בניגוד צו וואס ר' בערל שטעלט פאר אז די וואלדארף תלמידים טארן נישט האבן קיין כלים אינדערהיים, האבן זיי נישט קיין שום תקנות אויף וואס די תלמידים קענען טון אינדערהיים. אפילו פאר א אזא סקול וואס איז געבויט אויף מאדנע אמונות טפילות פאלט נישט איין איינצוטיילן פאר עלטערן וואס צו טון מיט די קינדער אינדערהיים. נאר ביי אונז פאלט איין פאר מוסדות אז מ'קען איינטיילן עלטערן וויאזוי מחנך צו זיין די קינדער און וואס מיר מעגן טון אינדערהיים.

הרב טויבער מאכט עס אויסזעהן ווי רוב גרויסע ריזן פון די גרעסטע טעכנאלאגיע פירמעס שיקן אהין די קינדער, בשעת וואס זיי האבן קוים צוויי הונדערט קינדער, א גאר קליינער פראצענט פון יחידים. סיליקאן וואלי איז דאך באוואוסט מיט די אלע אובער-עליטע וואס האבן זיך זייערע אבערגלויבענס, ממינים ומינים שונים. די מאדנע רעליגיע פון סייענטאלעדזשי, צום ביישפיל, האט קרוב צו א טוץ שולעס אין סיליקאן וואלי, מיט איבער צען מאל אזוי סאך תלמידים ווי וואלדארף, און אפילו זיי זענען ממש א מיעוט, און מ'וועט אוודאי נישט ברענגען א ראיה פון זיי אז סייענטאלעדזשי'ס אמונות זענען אמת. איי די גרעסטע ריזן וואס קאנטראלירן אלע אונזערע מוחות גלייבן דערין, נו? נישט יעדער שטות וואס זיי גלייבן איז מיר מחייב. נאך דערצו ווען רובא דרובא פון טעכנאלאגישע און עדיוקעישאן עקספערטן האלטן אז טעכנאלאגיע אינעם קלאס-צימער, אויב ווייסט מען וויאזוי דאס צו נוצן, האט א שטארק פאזיטיווע השפעה אויף דעם אקאדעמישן סוקסעס פון די תלמידים.

נאכן נישטערן נאך אביסל האב איך געטראפן אז א גרויס חלק פון די עלטערן וואס שיקן אהין די קינדער שיקן זיי נישט וועגן ס'געפעלט זיי זייער שיטה אין חינוך, נאר ווייל זיי ווילן נישט וואקסינירן זייערע קינדער, און וואלדארף איז פון די איינציגסטע שולעס, אויב נישט די איינציגסטע, וואס לאזט שיקן אומוואקסינירטע קינדער. די וואקסינירן ראטע אין דער שולע שטייט ביי דעם שרעקעדיגן ציפער 23 פראצענט! עלטערן וואס זענען עלול צו שיקן קינדער אין א שולע מיט אזא נידעריגע וואקסינאציע ראטע, זענען נישט קיין מוסטער פון וועמען מיר זאלן זיך אפלערנען.

על-כל-פנים, די גאנצע וואלדארף שולע באשטייט פון א מיעוט שבמיעוט פון קינדער פון טעכנאלאגיע ריזן, וואס רוב פון זיי גלייבן מאדנע אמונות טפילות און זענען קעגן וואקסינאציעס. און אפילו וואלדארף פארשטייט אויך אז מ'דארף אנגרייטן קינדער זיך צו באנוצן מיט טעכנאלאגיע אויף א גוטן און געזונטן אופן, בנוסף צו לערנען ארט און מוזיק צו בארייכערן דאס לעבן.

אטענשאן ספען


דאס וואס הרב טויבער זאגט ווייטער אין זיין דרשה וועגן ביכער וואס שרייבן וועגן דעם אטענשאן ספען, אז ס'ווערט אלץ ווייניגער און ווייניגער א דאנק טעכנאלאגיע, איז קודם כל נישטא קיין שום רעדע אין דעם DSM וועגן אטענשאן ספען, און ס'איז ניטאמאל ארויסגעקומען א DSM אין 2012 , ווי הרב טויבער זאגט... נאך מער, ס'איז נישט די אויפגאבע פונעם DSM פארצושרייבן די לענג פון מענטשנ'ס אטענשאן ספען. דער DSM איז א האנטבוך פון אלע גייסטישע דיסארדערס, און רעדט בכלל נישט וועגן נארמאטיווע מענטשן. אפילו וואו כ'האב געמיינט אז זיי גייען רעדן דערוועגן, ביים דיאגנאזירן ADHD, דערמאנען זיי גארנישט איבער אטענשאן ספען. כ'האב דורכגעסוירטשט דעם גאנצן טעקסט פונעם DSM-V, די לעצטע ווערסיע פון דעם בוך, פאר די ווערטער "42", "span" ,"attention" און "seconds", און כ'האב גארנישט געטראפן  אפילו ענליך צו דער נושא.

כ'האב פראבירט צו גוגל'ען שטודיעס וואס זענען געטון געווארן אין דער נושא, און געטאפט א וואנט. די איינציגסטע "שטודיע" וואס כ'האב געטראפן וואס זאגט עפעס ענליך, איז א באריכט פון מייקראסאפט אדווערטייזינג אפטיילונג, וואס זאגט אז מענטשנ'ס אטענשאן ספען איז אראפ פון 12 סעקונדעס אין 2000 צו 8 סעקונדעס אין 2013. און דאס איז איין סעקונדע ווייניגער ווי דער אטענשאן ספען פון א גאלד-פיש. איי, פון וואו נעמט זיך דער נומער פאר מענטשן? וויאזוי שאצט מען דאס? וויאזוי קוואנטיפיצירט מען דאס ביי מענטשן, און נאכמער, וויאזוי פונקטליך טוט מען דאס ביי גאלד-פיש? דאס איז שוין א מבוי סתום, נישט דא קיין שום ריסוירטש, נישט גארנישט. סך הכל וואס מייקראסאפט וויל זאגן איז אז וויבאלד מענטשן היינט זעען אזוי סאך מער אדווערטייזינג יעדן טאג, זענען זיי שוין ווי אימיון דערצו, און אויב וויל מען כאפן איינעמ'ס אטענשאן מוז מען מאכן דעם אדווערטייזמענט גענוג גוט אז ס'זאל אים כאפן אין די ערשטע אכט סעקונדעס. אבער דאס זאגט גארנישט איבער מענשנ'ס אטענשאן בכלליות, נאר אז מיר זענען געווארן בעסער מיט'ן אויספילטערן די קולות ווען אדווערטייזערס ווילן כאפן אונזער אויפמערקזאמקייט.

א משל צו דעם קען מען געבן, ווען איך לייג ווען א גרויסן פינף-פיס-הויעך ביי צען-פיס-ברייט עלעקטראנישן אדווערטייזמענט אינמיטן טיימס סקווער פאר פופציג יאר צוריק, וואלט קיינער נישט דורכגעגאנגען די גאס אהן באמערקן וואס עס שטייט געשריבן דארט. היינט אבער ווען ס'דארט לילה כיום יאיר, מיט צוויי הונדערט פיסיגע בילבאורדס, שרייעדיגע לעקטערס, און לעבעדיגע טעלעוויזיע, וואלט קיינער נישט באמערקט דעם זעלבן קליינעם פארנעבעכטן בילבאורד אינמיטן דער חוש-פארטעמפנדער אטמאספערע דארט. מיינט דאס אז מענטשן זעען היינט שוואכער, אדער אז ס'איז פשוט דא היינט מער קאנקורענץ פון אנדערע וואס ווילן האבן אונזער אטענשאן, און אז מיר זענען מער צוגעוואוינט דערצו און ווערן שוין נישט אזוי נתפעל דערפון?

חוץ פון דער איינער "שטודיע" פון מייקראסאפט האב איך נאר געטראפן שטודיעס וואס ווייזן פארקערט, אז טעכנאלאגיע האט אונז געמאכט זיין בעסערע מולטי-טעסקערס. אנדערע צייגן צו אז ווידעא-געים שפילער האבן א בעסערע קאנצענטראציע און אטענשאן ספען, און בעסערע וויזואל סעלעקטיוו אטענשאן.

אינטערנעט אדיקשאן


נאכדעם האב איך פראבירט אויפצוזוכן אדיקשאן נומערן פון דראגס, אלקאהאל, און אינטערנעט, און זיך פארגעשטעלט אז כ'וועל ערגעץ טרעפן די נומערן וואס הרב טויבער האט ציטירט מיט פאטאס פארנט פון אן ארון הקודש אז אינטערנעט איז פיר מאל אזוי שטארק ווי דראגס. אבער לא מיניה ולא מקצתיה. ווען מ'קוקט זיך ארום אויף די פראצענטן פון אלקאהאל, דראגס, און טאבאקא אדיקטס, וואס צוזאמען שטייען זיי ביי 8.9% פון אמעריקאנער, און דאס איז נאך פארן אריינרעכענען אויפפירונג עדיקשענס ווי למשל געמבלינג, עסן, און אנדערע אדיקשאנס וואס מענטשן האבן, וואס ברענגט דעם נומער היפש איבער איין אין יעדע צען אמעריקאנער. איבער א האלב מיליאן מענטשן שטארבן אין אמעריקע יעדעס יאר פון אלקאהאל, דראג אווערדאזעס און פון ציגארעטלעך. איך ווארט נאך פאר דעם ערשטן אינטערנעט-אדיקשאן טויטפאל. אויף וויפיל כ'האב געזוכט האב איך נאר געטראפן געציילטע פעלער פון ווידעא-געים אדיקשאן טויטפעלער, אבער נישט פון אינטערנעט אדיקשאן.

איך מאך נישט חלילה אוועק דעם פאקט אז ס'איז דא אזא זאך ווי אינטערנעט אדיקשאן, אוודאי איז דא, און די יחידים וואס זענען געשלאגן דערמיט ברויכן פראפעסיאנאלע הילף זיך צו היילן. אבער לכבוד דעם צו מאכן מערכות פארן ברייטן ציבור בשעת ווען מ'הערט נישט פון קיינעם קיין ווארט וועגן אדיקשאנס וואס זענען אסאך ערגער אריינגעריסן ביי אונזער עולם, ווי למשל אלקאהאל, טאבאקא, געמבלינג, און דראגס, איז אבסורד און רשעות'דיג ביז גאר. פון די אלע אמת'ע אדיקשאנס רעדט מען קיינמאל נישט, נאר פון אינטערנעט אדיקשאן - דא זענען זיי מחותנים. איי וויפיל שטיבער זענען שוין אונטערגעגאנגען פון געמבלינג אדיקשאן, וויפיל יונגעלייט פארן קיין אנטלאנטיק סיטי אראפפלאשן אלפים ורבבות דארט? דאס איז נישט גענוג וויכטיג ביי אונזערע רבנים, ס'האט נישט אזעלכע גוטע סלאגאנען? ביי דעם הערט מען, "יא, ס'א פראבלעם. נו, וואס קען מען טון? הכל בידי שמים." אבער ביי אינטערנעט אדיקשאן זענען זיי פלוצים מחותנים, מ'הערט זיי רעדן וועגן אדיקשאן, ווי געפערליך ס'איז, און ס'נישט דא ווער ס'זאל לאכן.

דאס זעלבע מיט דראגס, וויפיל יונגעלייט און פרויען זענען אדיקטעד דערצו, וויפיל זענען אדיקטעד צו פערסקריפשען דראגס. די נומערן שטייען פיל העכער פון אנגעבליכע אינטערנעט אדיקשאן. פאקטיש האב איך געהערט פון א הצלה-מאן אז אמאל פלעגט ער באקומען אפשר איין קאל א יאר פון היימישע דראג אווערדאז קעיסעס; היינט איז עס עטליכע מאל א וואך. רעדט מיט אייער חברה קדישא וואלונטיר, פרעגט אים וויפיל אווערדאזעס געשעען יעדע איינציגע וואך. וואו פינקטליך זענען די דרשות און מערכות דערוועגן?

אגב, הרב טויבער, איר ווייסט וויאזוי איך האבן געטון מיין "פעקט טשעקינג" אויף אייערע אלטערנאטיווע פאקטן? אויף דעם אינטערנעט! דארטן האב איך גרינג געטראפן די אמת'ע פאקטן, און געזען ווי אייערע ציפערן און ידיעות זענען פשוט'ע קאפ-פארדרייענישן. אפשר טאקע דערפאר איז אייך וויכטיג אז מ'זאל נישט נוצן דעם אינטערנעט.

ווער האט א קשר מיט די קינדער?


דאס מערסטע האט מיך אויפגערעגט ווען ער קומט רעדן צו יונגעלייט וועגן האבן א קשר מיט די קינדער, ווען יעדער וואס איז אויפגעוואקסן אין פריערדיגן דור, די היינטיגע טאטעס, קען מעיד זיין אז זיי האבן א נענטערן קשר מיט זייערע קינדער ווי זיי האבן געהאט מיט זייערע עלטערן ווען זיי זענען אויפגעוואקסן. מ'קען נישט זאגן קיין כלל, אבער אין דורכשניט האבן עלטערן א דור צוריק זיך פיל ווייניגער געקימערט מיט די עמאציאנאלע געברויכן און גייסטישן געזונט פון די קינדער, און זיך גאנץ קנאפ צעקראצט צו האבן א נאנטן נפשיות'דיגן קשר מיט זיי, ווען היינט שפענדן עלטערן פילפאכיג מער צייט מיט זייערע קינדער, סיי אין לערנען אין פראגראמען ווי אבות ובנים, און סיי סתם אזוי, שמועסן, רעדן וועגן וואס ס'גייט פאר אין חדר/שולע/ישיבה, וכו'. ס'איז אן אנדערע וועלט היינט. אבער פאר יארן, דורות, האט מען קיינמאל נישט געהערט קיין רעדע דערוועגן, קיין שום רבנים, קיין דרשות, קיינער איז בכלל נישט איינגעפאלן אז האבן א געזונטן קשר מיט די קינדער איז עפעס א וויכטיגע זאך. עה? דאס איז א פרויערישע זאך, זיי זענען אינדערהיים, זיי זענען מחנך מיט די פרויערישע געפילישע זאכן.

דער טויש איז נישט געקומען פון אויבן אראפ, נישט פון די מוסדות, נישט פון רבנים, נאר פון דעם עולם אליין, פון דער אמעריקאנער צייטגייסט, פון די חברים און טעראפיסטן וואס האבן געלערנט די זאכן. אז הרב טויבער, און אנדערע פון דעם פריערדיגן דור - אזעלכע וועלכע האבן נישט געהאט קיין שייכות מיט די קינדער אפילו אן האבן א סמארטפאן - זאלן קומען זאגן פאר אונזער דור אז מיר האבן א פראבלעם מיט קשר מיט די קינדער איז אין לך היפאקריטסטווע גדולה מזו.

און נאך פיל מער פון דעם, דער זעלבער הרב טויבער וועלכער רעדט "נארמאלקייט" וועגן דעם קשר פון עלטערן צו קינדער, איז דער עומד בראש התומכים פון די טרויעריג-בארימטע השומרים קארטלעך! אויב איר ווייסט נישט, דאס זענען קארטלעך וועלכע מאלן אראפ ערוואקסענע מיט סמארטפאנס ווי אייזלען און מאלפעס, און זענען מסביר פאר די קינדער וויפיל עבירות זייערע עלטערן זענען עובר אויב זיי האבן א סמארטפאן, וואס רעזולטירט איז א פיל גרעסערע פארערגערונג אין קשר צווישן קינד און טאטן.

אין דער היסטאריע פון אידישקייט אין אמעריקע, און אפשר מאז מתן תורה, איז נאך נישט געווען אזא פראיעקט דורך פרומע אידן געווידמעט אז קינדער זאלן טעראריזירן און אראפקוקן די אייגענע עלטערן.

יעצט קומט דער זעלבער הרב טויבער און שרייט געוואלד, אז איינמאל האט ער געזען איינעם דיסטרעקטעד מיט זיין סמארטפאן און האט נישט געגעבן גענוג אטענשאן פאר זיין קינד. איך האב שוין אויך אמאל געזען א מעשה, און עטליכע מאל בין איך אליינס דורכגעפאלן אין דעם אויך, אבער איך האב שוין מיט מיינע אייגענע אויגן געזען פיל מער מעשיות ווי קינדער מיט אייערע קארטלעך, ר' בערל, שטייען אין גאס און שפעטן פון ערוואקסענע דורכגייער מיט סמארטפאנס. איך האב שוין מיט מיינע אייגענע אויערן געהערט שמועסן צווישן קינדער וועגן זייערע אייגענע טאטעס און מאמעס וואס תסמר שערות אנוש, ציטירנדיג די קארטלעך וואס איר טיילט ארום פאר קינדער. ווילט איר מיר זאגן אז איר זענט באזארגט איבער דעם קשר צווישן עלטערן און קינדער?!

נאאיוו, אבער מיר דערקענען א ליגנער


צוריק צו דער דרשה פון הרב טויבער. ער זאגט, "מענטשן האבן עס נישט ליב צו הערן, מ'דארף עס אבער זאגן. דער עיקר חסידישער עולם, דער וואוילער עולם, דער היימישער עולם, דער פרומסטער עולם, דער עולם איז שרעקליך נאאיוו. נאאיוו מיינט אז מ'גלייבט נישט און מ'ווייסט נישט וואס פארא מין דעווייסעס מ'האלט אין די הענט. ס'איז ברור ווען א מענטש וואלט אביסל געוואוסט וואס ער האלט ביי זיך וואלט ער געציטערט פחד מוות!"

זאגט מיר ר' בערל, צו וועמען דען אויב נישט צו א נאאיוון עולם קען מען נוצן אזעלכע לעכערליכע שרעק-טאקטיקן. כ'האב אבער נייעס פאר אייך הרב טויבער, דער עולם איז נישט אזוי נאאיוו ווי איר מיינט, רוב מענטשן זעען דורך די שקרים און גוזמאות וואס איר דרשנ'ט.

אויף דער הנחה פון דער נאאיוויטעט פון אונזער עולם, פארענטפערט ער די תערומות וואס אסאך מענטשן האבן, דאס אז די מוסדות שיקן אהיים צעטלעך מיט פראגע-בויגנס, וואספארא מין טעלעפאן מ'האט, וואו, וועלכע קאמפאני, וועלכער פילטער, ווער האט עס ארויפגעלייגט, ביי וועלכן "טעג" אפיס. וואס הייסט, טראסט מיך נישט? כ'בין שוין גענוג גרויס צו האבן קינדער אבער נישט גענוג גרויס זיכער צו מאכן אז מיינע דעווייסעס זענען גוט געפילטערט? ניין, זאגט הרב טויבער. מיר זענען נאאיוו, און מיר ווייסן נישט וויאזוי זיך אן עצה צו געבן און מיר דארפן אז די מוסדות זאלן מאכן פראגע-בויגנס אונז צו "העלפן".

ער דערציילט א מעשה מיט עפעס אן עלף יעריג קינד ("נישט דא, אין מאנסי גראדע," לייגט ער צו ווי צו דעמאנסטרירן אז די מעשה איז נישט נארוואס ארויסגעזויגן געווארן פון פינגער), וואס איין טאג האט די מאמע אנגעהויבן זען אז ער איז נישט דאס זעלבע. גייט דורך טעג, וואכן, חדשים, און דאס קינד איז נישט דא. מיט גרויס מי איז אנגעקומען צו טרעפן א יונגערמאן וואס איז נאנט געווארן מיטן קינד, קוים איז אים ענדליך אנגעקומען ארויסצושלעפן וואס עס שטערט אים. זאגט דאס קינד אז ער האט געזען דאס ערגסטע! יעצט איז ער אן אפגעפארטיגטער, און אפשר אפשר, נאך פינף יאר, מיט הונדערטער טויזענטער דאלארן פאר טעראפיסטן, אולי יחוס וועט נאך ווערן פון דעם קינד א האלב נארמאלן מענטש, אלס נאר וועגן דער איין ראיה.

נאכ'ן אויספארשן וואו דאס קינד האט עס געזען האט זיך ארויסגעוויזן אז ס'געווען פון א צווייטע קינד אין זיין קלאס, א קינד פון א גאר חשוב'ער תורה'דיגער משפחה, וואס די מאמע איז אן אשה צנועה, און אויף איר פליפ פאון האט מען געזען ס'ארגסטע. יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס מ'קען נישט טראסטן די עלטערן ווייל זיי זענען נאאיוו. פיין.

שוין, זייער א שיינע מעשה, א געלונגענע שרעק-טאקטיק, אבער ווי נאאיוו מיינט איר, ר' בערל, אז מיר זענען אז מיר וועלן גלייבן אזא מעשה, נאר ווייל איר ווארפט אריין אזעלכע ווערטער ווי "אין מאנסי גראדע" וכדומה, ווי א געשליפענעם ליגנער? רעדט מיט יעדן בעל מחנך, טעראפיסט, ס'נישט דא אזא זאך אז אן עלף יעריג קינד זאל ווערן אזוי טראמאטיזירט פון זען אביסל שמוץ אזש מ'זאל דארפן הונדערטער טויזנטער דאלארן אין טעראפיע - סיידן ער האט עס געזען קעגן זיין ווילן. ס'איז מעשים בכל יום, ס'וועלן אלעמאל זיין קינדער וואס זענען נייגעריג נאך דאס פארבאטענע, זיי נישטערן, זיי זוכן, אמאליגע צייטן האבן זיי געזוכט אין מאגאזינען, היינט איז גרינגער. פארשטייט זיך אז רוב קינדער אין יענעם יארגאנג זענען נאכנישט אינטערעסירט דערין, אבער א געוויסער פראצענט הויבט שוין די הארמאנען אן צו שפילן ביי דעם עלטער, און אויב האט אן עלף יעריג קינד געזען שמוץ אויף זיין חבר'ס מאמע'ס פליפ פאון, גלייבט מיר בנאמנות אז ער האט עס געזוכט, און אויב האט ער עס געזוכט, און געטראפן, איז די טראומא נישט אזוי גרויס. האקט נישט במחכ"ת קיין טשייניק. נישטא קיין טעראפי, נישט קיין הונדערטער טויזענטער דאלער, נישט קיין קינד וואס טוישט זיך פון איין טאג אויפן צווייטן. די מעשה איז קיינמאל נישט געשען.

לאזט איבער די פעירי טעילס פאר ווען איר ליינט מעשיות פאר אייערע קינדער פארן גיין שלאפן. אה, כ'האב פארגעסן, אייער דור האט דאס קיינמאל נישט געטון.

5 תגובות

  1. נארישער מענטש דו, האסט געמאכט אביסל ריסיערטש אויף גוגל און שפירסט זיך ווי די גאנצע זאך קענער, כ'ווייס נישט וויפיל פראצענט דו האסט טאקע נאכגעקוקט און וויפיל דו בעבלסט נאך, אבער הרב טויבער איז מייסטנס מאל באגרינדעט אין זיינע רייד, פון דיין גאנצער מגילה שטינקט בייעס און נאכאמאל בייעס.

    השבמחק
  2. הרב טישטוך, איך בין נישט דער שרייבער פון די ארטיקל, אבער דו קענסט אליינס נאכקוקן די מקור פון די לינק און זעהן די אפענע שקרים. וואס איז דיין מטרה?

    השבמחק
  3. http://santacruzwaldorf.org/immunization-policy

    Not sure from where the writer took the fact about their vaccination policy.

    השבמחק
    תשובות
    1. You have the wrong school, it is the Waldarf School of the Peninsula, not from Santa Cruz

      מחק
  4. דו אלע (חוץ דו וואס לעבן און denial) וואס זענען אויף דו אינטערנעט פאר א לאנגע צייט ווייסן אז unfortunately איז ער גערעכט, סמיינט נאכנישט אז וועגן דעם גיי איך אויפגעבן מיין smart phone אבער איך ווייס דו אמת

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל