פון הרב משה נחום קרויס

ווידעראום געפונען מיר זיך אין א מלחמת הרוח מיט מגושמים. נושרים ומלשינים וואס האבן ליידער איבערגעלאזט זייער
היים, זיך אפגעריסן פון זייער שורש, טוען רודערן און אנדרייען די שטאט בעאמטע אז זיי זאלן זיך אריינמישן אין די חינוך פון די ארטעדאקסישע אידונטום דאהי אין ניו יארק היל"ת.

עס זענען פארהאנען דריי קאטעגאריע"ס: א) די שטאטישע בעאמטע, זיי טוען נאר וואס זיי טוען צוליב די גערודעריי. און וואלטן גערן געקענט באשטיין אז אלסדונג זאל זיך פירן ווי עס איז געווען במשך די יארן. ב) די מוסרים ומלשינים ליידער מאחינו בני ישראל, זיי די ארויסגעפאלענע און פארביטערטע ווילן פשוט זיך נוקם זיין אין זייערע ברידער, בלויז צוליב זייער פארביטערקייט און זויערקייט, גלייבט מיר זיי מיינען נישט קיין תכלית. ג) מאנכע אינגעלייט וואס דרייען זיך מיט אונז, טובל'ן זיך אין אונזערע מקואות, טרינקן מיט אונז קאווע, דאווענען מיט אונזערע מנינים אד"ג. די כת ג' אשר לא שנה ולא קרא פרייען זיך שמחה של איד, אה די חברה (כת ב') גייען צופיקסן דעם סיסטעם וכו' וגו'. – אונזער מאמר איז געווידמעט פאר כת ג'. זיי זענען נעבעך בבחינת תינוק שנשבו, זיי זענען תולה זייער אי-הצלחה אין די קונץ ווארט פון 'עדיוקעשאן'. – די וואך האבן מיר באגעגענט איינע פון זיי, ער פרעגט מסיח לפי תומו ווי ער קען הערן א שיעור נ"ך שנעל און קורץ! מיר האבן אים פראבירט צו ערקעלרן אז נ"ך קען מען נישט לערנען שנעל און קורץ, עס איז א לימוד וואס מען מיז לערנען מיט חז"ל ומפרשיו. אבער הוא בשלו, ער דארף עס וויסן שנעל און גיך. האבן מיר אים געפרעגט, זאג מיר דעם אמת, די ווילסט קענען נ"ך, ווייל די ווייסט אז צו רודערן אין בית המדרש אז מ'דארף האבן 'עדיוקעשאן' דארפסטו זיין אן ארויפגעקוקטער פערזאן וואס קען 'לערנען' וואס קען 'נ"ך'... אהא, די אליין ביסט מודה אז א 'לערנער' איז אן ארויפגעקוקטער זאך, דאן פארוואס רייסטו אונטער דיינע ברידער פארן 'לערנען נ"ך און תלמוד' און נישט פארברענגן מער איבער עדיוקעשאן?

עס איז נישט בלויז א מהלך פון אפצוענטפערן די פארפירער, עס איז א מציאות אז אין די נישט אידישע וועלט איז די עוסקי במדעי הרוח פאררעכענט אלס מער מכובדים ווי די וואס זענען עוסק במדעי הטבע. דאס הייסט אז אפילו די חכמי הטבע זענען די וואס האבן ערפינדן המצאות, זענען די חכמי הרוח וואס האבן זיך מתעמק געווען מיט טיפע רעיונות ומחשבות פיליסופיות מער רעספעקטירט, אפילו זיי האבן נישט ממציא געווען קיין נייע המצאות.

דאס זעלביגע איז להבדיל מיט די עוסקי התורה וחכמתה, זייער יתרון איז גרויס לאין ערוך פון די עוסקי במדעי וחכמת הטבע. וכמובן, אז די בחירה פון די עוסקי התורה צו עוסק זיין בתורה, האט זיי צוריקגעהאלטן פון עוסק זיין יעדע אנדערע באשעפטונג. עס איז גאר א מעלה אז זיי האבן בוחר געווען עוסק צו זיין בתורה, און נישט מבזבז זיין זייער צייט אויף חכמות הרחוקים.

*

מרא דארעא דישראל מרן רבי יוסף חיים זאננענפעלד זצוק"ל האט פארציילט: אין שטאט וויען האט געוואוינט א תלמיד חכם מופלג וואס האט עוסק געווען באורייתא תדירא, און ער האט זיך אינגאנצן נישט מתפנה געווען עוסק צו זיין בעניני העולם הזה כלל, ער האט אפילו נישט געקענט די לאנד'ס שפראך. איינמאל ווען ער איז געגאנגן אין גאס, האט ער געזעהן א גרויסע מודעה געשריבן אין די לאנד'ס שפראך, ער האט פארשטאנען אז עפעס וויכטיג שטייט דארט, ער האט דאך אבער נישט געקענט ליינען די שפת המדינה, האט ער זיך געוואנדן צו א אידישע פארבייגער, און אים געבעטן ער זאל אים ערקלערן אין מאמע שפראך וואס עס שטייט דארט געשריבן.

דער פארבייגער איז געווען א עושר און א איש מכובד. ער האט ערקלערט פארן תלמיד חכם וואס עס שטייט דארט, אזוי שמועסענדיג מיטן ת"ח האט ער געזעהן אז דער ת"ח איז א קלוגער, האט אים דער עושר געפרעגט פארוואס ער לערענט זיך נישט אויס די שפראך פונעם לאנד? און האט אים ערקלערט אז מיט זיין חכמה אויב קען ער די שפראך וועט ער גאר שטארק מצליח זיין אין ביזנעס. האט אים דער ת"ח צוריק געפרעגט מיט א שאלה )כדרך יהודי צו ענטפערן א שאלה מיט א שאלה(: צו עסטו ברויט יעדן טאג? צו טרינקסטו וואסער יעדן טאג? האט דער עושר געענטפערט, יא! אויב אזוי, האט אים דער ת"ח ווייטער געפרעגט, דאן פארוואס 'קויפסטו' די ברויט פונעם בעקער? עס איז דאך אסאך ביליגער צו מאלן די ווייץ אליינ'ס, און דאן עס אויסמישן מיט וואסער, איינקנעטן די טייג און עס אליינ'ס אפפבאקן. דאס זעלביגע איז מיט די וואסער, פארוואס צאלסטו פארן וואסער שעפער? עס איז דאך אסאך ביליגער אליינ'ס צו גיין צום טייך און אנשעפען די וואסער! פארוואזשע שפענסטו די אלע אומנויטיגע געלטער צו קויפן פארטיגע ברויט און געברענגטע וואסער? האט אים דער עושר געענטפערט: לא בחכמה שאלת זאת, אין די צייט וואס דער בעקער באקט די ברויט און דער שעפער שעפט די וואסער טוה איך פארדינען הונדערט מאל מער וויפיל עס קאסט מיר די ברויט און די וואסער. אויב וועל איך שפענדן מיין צייט צו מאלן די ווייץ וכו' וועל איך אסאך מער געלט דערלייגן ווי איך וועל מיר שפארן מיטן עס אליינס טוהן.

ווי נאר דער ת"ח האט געהערט דעם עושר'ס ענטפער, האט ער אים געזאגט מיט נצחון: ביי מיר איז אויך דאס זעלביגע, יעדע רגע וואס איך בין עוסק בתורה בין איך מרויח א הון תועפות וכל חפצים לא ישוו בה, דעריבער בין איך נישט מבטל מיין צייט זיך צו לערנען די שפת המדינה. און דעריבער ווען איך דארף וויכטיג ליינען א מודעה וואס איז געשריבן בשפת המדינה, בעהט איך פון א פארבייגער ווי דיר ער זאל מיר עס ערקעלרן אין איטליכע סעקונדען. ע"כ המעשה.

באמת איז נישט נאר אז תורה שטייגט איבער אלע חכמות, נאר פון די תורה קענען מען זיך אויסלערנען אלסדונג, ווי מיר האבן שוין געשריבן במאמרי שערי מדע. אינעם דיזן מאמר וועלן מיר זיך באציען איבער די נקודות אז כלל ישראל איז אייביג געווען א פאלק וואס האט געקענט ליינען און שרייבן בשעת ווען די אלגעמיינע וועלט איז געווען ערום בדעת. דעריבער פאר די וואס לאזן זיך בלאזן מיטן ווינט, און פארפירן אז מ'דארף מער עדיוקעשאן, ביטע ליינט די מאמר און איבערצייגט אייך אז 'כלל ישראל' איז א קלוג פאלק א הייליג פאלק, א פאלק וואס איז אור לגוים, מיר זענען די וואס מאכן ליכטיג פאר אנדערע און נישט פארקערט.

לאמיר אנפאנגן מיט א שטיקל היסטאריע:

הרנסנס Renaissance


די תקפות התחיה התרבותיות והמדעית פון די אייראפישע פעלקער איז באקאנט אלס 'הרנסנס' Renaissance .ווי די וועלט איז אויפגעלעבט געווארן פון די אומוויסענקייט פון די 'מיטל אלטער' די ימי הביניים צו די 'מאדערן וועלט' די פארגעשרוטענע וועלט. (צווישן די פערצענטע און זיבעצנטע יאר הונדערט).

אין די צייט וואס פאר טויזענט יאר! איז די נישט אידישע וועלט געווען אומוויסענד, אפילו בעפאר זענען געווען גאר גרויסע חכמים ווי די יוונים און די רומיים. האט אבער די אידישע וועלט דאן געשפראצט, נישט נאר אין די חלק התורה, נאר אויך אין די אלע שטחים פון תרבות ומדע מיט וואס די נישט אידישע וועלט איז דאן געווען אזוי  אומוויסענד. וואס איז די סיבה דערפאר? צו האט עס א פארבינדונג?

דאס צו ערקלערן, לאמיר זעהן וואס עס איז פארגעקומען, פארוואס האט די גוישע וועלט פארלוירן איר חכמה די 'חכמה בגוים תאמין' פארוואס זענען זיי אריינגעפאלן אין די 'מיטל עלטער' מיט אומבאשרייבליכע אומוויסענשאפט?

נאך די אונערגאנג פון 'מלכות רומי' וואס איז געווען באקאנט אלס א מעכטיגע לאנד סיי מיליטעריש און סיי מיט וויסענשאפט האט זיך אנגעפאנגן די 'ימי הביניים' די מיטל אלטער הידועים כתקופה אשר הייתה נטולה כל השכלה ואפילו הבסיסת ביותר, מענטשן האבן נישט געקענט 'ליינען און שרייבן'. נישט בויען און נישט לערנען. היכן נעלמו מורשת יוון ורומי? וואס איז געשעהן מיט די אייראפישע פעלקער?

מאז חורבן בית שני האט 'מלכות אדום' זיך אויסגעשפרייט און איינגענומען מער און מער לענדער ברחבי תבל. זייער שלטון איז געווען איתן ויציב פעלזן פעסט. נישט זייער 'מיליטער' האט אנגעהאלטן זייער אויבערהאנט אין די אלע ערטער וואס זיי האבן איינגענומען, זייער עיקר כח איז געווען די 'תרבות' וואס זיי האבן איינגעשטעלט אין די ערטער וואס זיי האבן איינגענומען. בריקן און וועגן (כמבואר בגמ' ע"ז), סדר און משטר, רפואה, פיליזאפיע און נאך. אט די פאקטן האבן געמאכט די פעלקער שפירן, נישט אז זיי זענען איינגענומען געווארן דורך א אנדערע פאלק, נאר אז זיי האבן זוכה געווען זיך צו מצטרף זיין צו די פארגעשריטענע פעלקער. נאך אזאך האט די רוימישע עמפייער געטון, אז ביז דאן האבן עמים רבים פארמאגט אסאך מיני גלויבינגען, האבן די רומיים וואס זענען געווען קאטאליקן אויסגעשפרייט די קריסטליכע גלויבונג אויף אנדערע פעלקער. דאס האט אויך צוגעגעבן צו די שטארקייט פון צוזאמהאלטן די פעלקער.

אבער דאס אלעס איז צוזאמגעפאלן פון די פיפטע יאר הונדערט. 'מלחמות' האט דאס אלסדונג חרוב געמאכט, פעלקער און שבטים פון 'צפון אייראפע' האבן אנגעפאנגן צו גיין קיין 'דרום אייראפע' דייטשע שבטים, סלאווישע שבטים, אונגארישע שבטים, יעדע שבט האט שואף געווען איינצונעמען נאך און נאך שטחים און זיי אנהאלטן אונטער זייער שליטה. די מערביים האבן איינגענומען ספרד, די אנגלים ענגלאנד, און די פראנקים פראנקרייך, און די מזרחיים איטאליע.

צוליב די מלחמות אין סופית צווישן די פארשידענע שבטים, איז גאנץ אייראפע געווארן איין גרויסע שלאכט-פעלד, די הפקרות האט זיך אנגעזעהן פון איבעראל, חורבן און הרס איז איבעראל געווען. אונטער די מלחמה איז געליגן נישט א שאיפה פון 'שטחים' עס איז געווען א מלחמה געשטיפט פון 'גלובוינג' ווען יעדע שבט האט געוואלט ארויפצווינגען זייער דת אין די נייע איינגענומענע שטחים. רוב פעלקער זענען נעלם געווערן כאילו לא היה, בלויז די גרויסע ווי פראנקן (פראנקרייך און דייטשלאנד) האבן אנגעהאלטן.

די מלחמות האט חרוב געמאכט אלסדונג וואס 'רוים' האט אנגעזייט און געבויט במשך הונדערטער יארן. צוליב די חורבן הגשמי פון אייראפע איז נולד געווארן די 'מיטל אלטער'. אויף אלע פראנטן איז אייראפע געשלאגן געווארן, די עקענאמיע, רפואה, הנדסה, והדת, והמדעי. די מושג פון האנדלען מיט 'געלט' איז ממש נעלם געווארן, מ'האט צוריק אנגעפאנגן צו האנדלן מיט 'חליפין' פון טוישן א חפץ פאר א חפץ. טראנספיטאציע אויפן ים איז כמעט בטל געווארן.

דאס וואס די רומיים האבן איינגעפירט אז א סכסוך פון צוויי איז באהנדעלט געווארן דורך א משפט פון חקירה אויספארשן ביידע זייטן, (די מושג פון משפט וואס די רומיים האבן גענומען פון די תורה) האבן די שבטים וואס זענען אנגערופן געווארן 'ברברים' (ברבר מיינט 'אכזר' סעלפיש אך-זר) האבן געפירט א משפט מיט אכזריות, זיי האבן דעם באשולדיגטען געהייסן איינטינקען זיינע הענט אין בריעדיגע וואסער, אדער ער האט געדארפט גיין מיט אייזענע קייטן אויף זיין פיס, אדער שווימען אין א שטראמישע ים, אויב איז ער געראטעוועט געווארן איז עס געווען א הוכחה אז ער איז גערעכט, און אויב נישט איז ער געפונען געווארן שולדיג. צומאל האט מען פשוט געלאזט די צוויי זייטן זיך שלאגן מיט אכזריות ווער עס האט געזיגט איז ארויס דער גערעכטער (א פארקומטע אפטייטש פון כל דאלים גבר).

דאן אין די מיטל אלטער איז געווארן איינגעפירט די שיטת אכזריות אז דער פשוטער פעלד ארבעטער איז געווען ווי א 'מאשין' ואס האט געדארפט ארבעטן אונטער זיין האר. יעדע מינומום 'רעכטן' איז אוועקגענומען געווארן פון די פשוטע.

כלל ישראל – ליינען און שרייבן


אין די צייט וואס פעלקער זענען אראפגעווישט געווארן פון די מאפע, איז אבער כלל ישראל געבליבן פעלזן פעסט, ברוח ובחכמה ובמדע. אין די צייט וואס די אלגעמיינע וועלט איז געווען אומוויסענד און עס האט זיי געפעלט די בעסיק'ס פון 'ליינען און שרייבן' וואס דאס לעבנסוויכטיג פאר איבערגעבן חכמה ודעת מדור לדור. האבן אבער די אידן געקענט ליינען, שרייבן, און געווען בקי מיט אלע חכמות. פארוואס האט די אלגעמיינע וועלט נישט געקענט ליינען און שרייבן? צו איז עס געווען במכוון? און ווי אזוי האט כלל ישראל יא געקענט?

איינע פון די מיטלן פון די 'הויכע קלאס' איז געווען צו האלטן די 'נידריגע' די פשוטע אלס 'אומוויסענד'. דורכן אפהאלטן 'עדיוקעשאן' פון אויסלערנען ליינען און שרייבן האט מען געמאכט אז א דור פון עמי הארצים איז ארויסגעקומען.

דערקעגן 'יהדות' פארמאגט דאס פארקערטע, עס איז נישטא קיין הויכע און נידריגע קלאס די הלכות און געזעצן איז שייך ביי יעדעם, און יעדער האט א חיוב אליינ'ס צו לערנען און קענען די תורה געזעצן. דאס צו קענען האט זיך פארלאנגט אז יעדע קינד זאל זיך לערנען ליינען און שרייבן. שוין אין די צייטן פון חזקיהו המלך געפונען מיר די מושג אז יעדע קינד האט געקענט אפילו די שווערע הלכות פון טהרות.

א בריטישע היסטאריקער 'Roth Cecil שרייבט: 'עדיוקאשאן' איז געווען א רעגיליעזע חיוב, אומליינבאר אדער נישט קענען שרייבן איז ממש נישט געווען צו געפונען ביי אידן. די אידן צוליב זייער עהרע און רעספעקט פאר 'געשריבענע' תורה געזעצן, זענען זיי געווען די ערשטע וואס האבן איינגעפירט די מושג פון א 'עלעמענטר"י סקול סיסטיעים' [חדר]. ע"כ.

בעיקר איז די מושג פון ליינען און שרייבן איינגעפירט געווארן אין די צייטן פון רבי יהושע בן גמלא.

חז"ל דערציילן אין מס' בבא בתרא (כא:) אמר רב יהודה אמר רב ברם זכור אותו האיש לטוב ויהושע בן גמלא שמו שאלמלא הוא נשתכח תורה מישראל שבתחלה מי שיש לו אב מלמדו תורה מי שאין לו אב לא היה למד תורה וכו' התקינו שיהו מושיבין מלמדי תינוקות בירושלים וכו' התקינו שיהו מושיבין בכל פלך ופלך וכו' עד שבא יהושע בן גמלא ותיקן שיהו מושיבין מלמדי תינוקות בכל מדינה ומדינה ובכל עיר ועיר ומכניסין אותן כבן שש כבן שבע. רבי יהושע בן גמלא וואס איז געווען א כהן גדול סוף בית שני (רש"י) האט געמאכט אר רעוועלוציע אין די חינוך פעלד, און נישט סתם א עצה, נאר מ'האט עס אינפארסירט אלס א 'תקנה', אז אין יעדע שטאט מוז זיין א מלמד, און יעדע קינד מוז שוין פון די זעקס, זיבן יאר לערנען, נישט ווי ביז דאן פון די זעכצן זיבעצן. אט די תקנה האט אויפגעשאקעלט כלל ישראל.

ביז דאן פלעגן די מערהייט פון די אידישע באפעלקערונג זיי ערד- ארבעטער, א ארבעט וואס האט נישט פארלאנגט קיין אומנות זיך צו לערנען, ממילא פלעגן די קינדער פון קליינווייז אן גיין ארבעטן אין די טאטע'ס פעלד. און נאר די גאר גוטע קעפ פלעגן אלס גרויסע בחור גיין לערנען. איז געקומען רבי יהושע בן גמלא און געטוישט כלל ישראל, פון קליינווייז אן 'מוז' מען גיין לערנען אין חדר, אפילו די וואס האבן נישט געהאט קיין טאטעס איז געליגן די חוב אויף די שטאט צו צאלן פאר מלמדים. מ'קען זיך פארשטעלן וואספארא רעוולוציע דאס האט געטון פאר כלל ישראל.

יארן שפעטער אין די מיטל עלעטער ווען די מענטשהייט האט נישט געקענט ליינען און שרייבן, זענען די אידן פון אלס קליין קינד שוין געקענט לייינען און שרייבן, אדאנק די תקנה פון לערנען פון קליינווייז אן. דאס האט געמאכט אז די וואס האבן געקענט בלייבן ביים לערנען זענען געבליבן. און די וואס נישט האבן די עלטערן זיי געלערענט א אומנות הערשט ווען זיי זענען גרויס געווארן. , ווי די חתם סופר שרייבט (ב"ב שם:) אין לתינוקות ישראל ללמוד שום אומנות ושום חכמה כי אם תורת ה', דקי"ל כרבי נהוראי (סוף מס' קידושין) מניח אני כל אומנות שבעולם ואיני מלמד את בני אלא תורה. ולכשיגדל ולא הצליח בתורה אז יטריח עמו ללמוד אומנות כדעביד רב לבריה בפסחים קיג. אבל 'בנערותו' אחת היא לאומה תורת ה' תמימה, ושארי חכמות שצריך לרקחות ולטבחות לשמש אשת חיל תורת ה' לא יספיקו בילדי נכרים, כי הכל ימצא בתורה ההוגה בה לשמה זוכה לדברים הרבה, וכמ"ש רמב"ן בהקדמה לתורה ומי כמוהו מורה.

דערוועגן האבן זיך די קינדער אפגעוואוינט פון ערד-ארבעט, און געלערענט די תורה. פאר פרנסה האבן זיי שפעטער געזוכט אנדערע אומנות וואס פארלאנגט חכמה, ווי שרייבן און ליינען, דיימאנטן און וויין סוחרים. אזוי איז די מושג פון ערד-ארבעטער געווארן אויס.

אבער די וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו די תקנה, און האבן ווייטער גענוצט זייערע קינדער אלס ערד-ארבעטער זענען באטיטעלט געווארן אלס 'עם הארץ'. די פרי מגדים (או"ח באגרת שניה) איז מפרש א עם הארץ מיינט א 'עובד אדמה' פעלד ארבעטער. בספר אגרת הטיול שרייבט אויך: בעבור שאוחז ומדבק  בעבודת האדמה ובהבלי עולם הזה עד שיחשוב לעצמו כתושב הארץ, אבל החכמים והחסידים חושבים עצמם כגרים. (עי' בספר התשבי ערך עם הארץ, וברגלי מבשר, וקובץ הערות שם). – דערוועגן געפונען מיר אין חז"ל, בעיקר אין גמרא די שנאת חכמים לעם הארץ און פארקערט. די גמרא אין פסחים (מט) שרייבט אז מ'זאל חתונה מאכן די קינדער בלויז צו א בת תלמיד חכם, מ'זאל נישט עסן פון די שחיטה פון א עם הארץ, און זיי זענען פסול לעדות, זיי זענען מגלה סוד ועוד. (עי' שם).

די טיטל 'פויער' איז די אפטייטש פון 'עם הארץ', פויער קומט פון די דייטשע ווארט 'בויער' א עובד אדמה מיינט א ערד אנבויער. עס איז דא א אלטע אידישע אויסדרוק: א פויער קאך אים אין זיס און אין זויער, בלייבט ער פארט א פויער. מיט די צייט זענען די עמי הארצים אויסגעשלאסן געווארן פון כלל ישראל, און בלויז די וואס האבן זיך אונטערגעווארפן די תקנה פון רבי יהושע בן גמלא זענען געבליבן תורה טרייע און קלוגע אידן.

טרייהייט פון אידן צו זייער אמונה


נאך אזאך וואס האט געהאלטן כלל ישראל איז געווען די מושג פון 'מסירות נפש' למען קיום אמונתם, אפילו קליינע קינדער האבן געוויסט פון יהרג ואל יעבור, מ'האט זיך נישט אוועקגעריקט אפילו א קליינע בייג אפילו מ'איז אויסגעשטאנען אכזריותדיגע פיינונגען. אפילו מ'האט געקענט קויפן פרייהייט אלס א טויש פאר א קליינע בייג אין די דת היהדות, זענען אידן קיינמאל נישט איינגעגאנגן דערויף.

דא זעהן מיר ווי אזא מעכטיגע אימעפריע ווי רוים איז אונטערגעגאנגן, ווי אזוי איז דאס אז די פעלקער האבן פארטוישט א תרבות פון מענטשליכקייט און סדר נאר צוליב מלחמה? איך יכלו להשלים עם שבטים נטולי תרבות והשכלה ולהתמזג בהם?

די ענטפער דערויף איז, עס איז פאר זיי נישט אנגעגאנגן. בניגוד ליהודים, וואס ווייסן די ערכה הנעלה פון די הייליגע תורה, און די אמת המוחלטת וואס מאכט דעם מענטש פאר א העכערע מושג א בעסערע מענטש. טוט דעם גוי עס נישט אינטערעסירן. די חכמה איז ביי זיי פאררכענעט אלס א מיטל פאר די צרכים הבהמיים פונעם מענטש. ביי די עיני התושבים הרומיים איז נישטא קיין הבדל צו ערייכן די צרכים פונעם מענטש דורך 'חכמה של יווון ואדום' אדער דורך די וועג פון לעבן פון די שבטים. אויב אזוי דאן פארוואס זאלן זיי זיך מוסר נפש זיין אויף תרבות און מדע?.

עפילאג: כי הם חיינו, ואורך ימינו, ובהם נהגה יומם ולילה. כדברי החתם סופר, די אויפברענג יארן די חינוך יארן דארף זיין געווידמעט פאר תורה. די מציאות צייגט אז מיר חסידיש'ע אידן מיט אונזער חינוך זענען גארנישט אונטערשטעליג אין די ביזנעס וועלט. וואס ווילן זיי? אז מיר זאלן שווענדן צייט אין מאלן די ווייץ אליינ'ס בזמן ווען מיר קענען עוסק זיין אין גרעסערע זאכן וואס כל הון לא ישווה בה? צו טוען די באמת זארגן פאר אונזער וואוילזיין? אדער ווילן זיי פשוט פארדעקן זייערע חסרונות מיטן ארויפלייגן די שילד אויף די חינוך וואס זיי האבן נישט מצליח געווען?

לאמיתה של דבר דארפן מיר זיך קוקן אין שפיגל און זעהן צו מיר טראגן נישט עפעס א שילד אז עס זענען דא אזאנע וואס זענען אנגעווייטאגט ווייל מ'האט זיי געלאזט וואנדערן אינדערויסן פון בין כותלי הישיבה בשעת זייער בחוריש'ע יארן. עס איז א מציאות אז בשעת כתיבת השורות געפונען זיך בחורים אינדערהיים צוליב די עקשנות פון ישיבות זיי אריינצונעמען (לכל כלל יש יוצא מן הכלל אבער יש ויש). אין די צייט וואס מיר שטייען מיט אנגסט פון איין זייט און מלחמה גרייט פון די צווייטע, קענען מיר נישט זיין קיין היפעקריטן און בידים חרוב מאכן די חינוך פון ילדי ישראל (אלה הדברים שמעתי מרב שליט"א). זאל השי"ת זיך מרחם זיין על עמו ישראל בזכות דעם וואס מיר וועלן זיך מרחם זיין אויף זיינע קינדער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל