דער טרעזשורי דעפארטמענט האט נעכטן געמאלדן, א רייע פרישע סאנקציעס אויף רוסלאנד, דאסמאל איר צו באשטראפן איבער די אנעקסירונג פונעם האלב-אינזל קרים, און אזוי אויך איבער מענטשן רעכט פארלעצונגען, אין די אנעקסירטע שטחים. עס איז שוין דאס צווייטע מאל דאס יאר, וואס די טראמפ אדמיניסטראציע לייגט ארויף סאנציקעס אויף רוסלאנד.

די סאנקציעס זענען געצילט קעגן דריי אינדיווידועלע רעגירונג באאמטע, און 9 אינסטיטוציעס, די מערהייט דערפון זענען אזעלכע, וואס זענען פארמישט אין פארשטערקערן די איינפלוס פון רוסלאנד אין קרים, און אויך אזעלכע וועלכע אונטערדריקן אפאזיציע מיט בארבארישע טאקטיקן.

די פרישע סאנקציעס קומען עטליכע טעג פאר פרעזידענט טראמפ רישט זיך צו פארן קיין פאריז, וואו ער וועט טרעפן פרעזידענט פוטין,  ביידע וועלן זיך באטייליגן אין א צערעמאניע צו אפצייכענען די ענדע פונעם ערשטן וועלט קריג.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל