א קעמפ פייער וואס האט זיך אנגעהויבן אין א קליינע שטאט נישט ווייט פון סאקרעמענטא, איז ארויס פון קאנטראל, און בלויז אין קורצע צייט האלט עס שוין ביי איבער 26,000 סקווער מייל, און פילע שטעט זענען באדראעט פון די העלישע פלאמען.

דער גאווערנער האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערדשענסי. ארום 27,000 זענען שוין עוואקואירט געווארן אינעם שטאט פאראדייס. אויטאריטעטן האלטן אן אויג אויף א דערנעבדיגע שטאט טשיקא, מיט ארום 100,000 איינוואוינער, וועלכע וועלן מעגליך מוזן עוואקואירט ווערן.

דער פייער האט זיך אנגעהויבן אלס קעמפ פייער, אבער עס האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט און ווערט געטריבן פון עקסטרעם טרוקענע לופט און שטארקע ווינטן, עס ווערט פארשפרייט ביי א אומבאגרייפליכע שנעלקייט פון איבער 80 אקערלאנד פער מינוט.

בילד





גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל