דריי געפערלעך פייערס בושעווען אין קאַליפאָרניע.

די קעמפ פייער, אין צפון קאַליפאָרניע, האט זיך אנגעהויבן דאנערשטיג צופרי און געשווינד אָפּגעפּרעגלט די גאנצע שטאָט פּאַראַדייס, וואָס איז די היים צו 27,000 מענטשן. די פלאַמען האבן געוואקסן אַזוי שנעל - אַ שנעלקייט פון כמעט דרייסיג טויזנט פיס פּער מינוט! - אַז פיר מענטשן זענען פארברענט צו טויט אין זייער קאַרס.

לויט די שעריף, האט די דעפארטמענט באקומען 35 באריכטן פון פארלוירענע מענטשן. דערווייל זענען שוין ניין מענטשן באשטעטיגט געווארן טויט אין דירעקטער רעזולטאַט פון דעם קעמפ פייער.

היינט 6:00 נאמיטאג (פאציפישע צייט), האבן פייער באאמטע באריכטעט, אז די פייער האט שוין פארברענט 90,000 אקערלאנד אין די פארגאנגענע 24 שעה, און איז 5% אונטער קאנטראל.

מער ווי 6,700 סטרוקטורן זענען צעשטערט געווארן. עס ווערט איצט באטראכט אלס די מערסט דעסטרוקטיווע וויילדפייער אין קאַליפאָרניע'ס געשיכטע, ווען גערעכנט לויט די צאל סטרוקטורן פארניכטעט.

אויף דרום זייט, אינדרויסן פון לאס אנדזשעלעס, האבן זיך אויך צוויי קלענערע פייערס אנגעהויבן דאנערשטאג, און מאכן איצט אפ חרבנות פאַר דרייווערס און צווינגן היים-אייגענטומערס צו אַנטלויפן. די וואָלסי און הילל פייערס ברענען דורך טיילן ווענטוראַ און לאס אנדזשעלעס קאָונטיס.

אינעווייניג אין די די שטאָט לאס אנדזשעלעס, האט אן אנדערע קלענערע פייער אויסגעבראכן פרייטאג צופרי אין גריפיט פּאַרק נעבן דער טיר-גאָרטן. פייערלעשער מוטשענען זיך צו גרייכן די געגנט דורך א העליקאָפּטער, זינט עס איז נישט צוטריטבאר דורך א טראָק.

לעבעדיגע בילד
לעבעדיגע בילד פון א שטורם געשאפן דורך די שווערע פייער


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל