פאלעסטינער באריכטן אז א כאַמאַס קאָמאַנדיר און נאך פינף אנדערע זענען אומגעברענגט געווארן, אין א אטאקע דורך די מדינת ישראל ספעציעלע קרעפטן היינט נאכט.

איין באריכט האט אידענטיפיצירט די ציהל פון די אטאקע, אלס אַ בריגאַדע קאָמאַנדיר פון די כאַמאַס אל-קאַסאַם באוואפענטע פליגל, וואס איז געשטארבן דורך מדינת ישראל לופט און דראון מיסילס וואס איז געשאסן געווארן אויף זיין קאר. שווערע קאמפן האבן דאן אויסגעבראכן צווישן מדינת ישראל קרעפטן און די כאַמאַס טעראריסטן. צה"ל האט געלייקנט פארלוסטן, פארלוירענע סאלדאט אדער פארכאפונגען. ראַקעט-ווארענונגען און סירענס האבן דאן געבלאזן אין דרום ארץ ישראל. עטלעכע ראַקעטן זענען ארויסגעשאסן געווארן פון עזה און כאטש איינס איז אראפגעפאלן אין אַ פעלד אין ארץ ישראל.

מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט באַשלאָסן צו איבעררייסן זיין באַזוכן אין פּאַריז, ווי פירער פירער פון די גאנצע וועלט זענען זיך צוזאמגעקומען צו פייערן די 100'סטע יאָהרטאָג פון די ענדע פון די ערשטע וועלט קריג.

לעבעדיגע בילד פון די לופט אטאקע
לעבעדיגע בילד פון די לופט אטאקע









באריכט פון גמליאל כ"ץ צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל