א טעראר אטאקע איז פארגעקומען היינט אינדערפרי אין מעלבורן, אויסטראליע, ווען א טעראריסט האט זיך ארויסגעלאזט אין א שטעכעריי אטאקע, און געשטאכן דריי פארבייגייער, און איינער פון זיי איז אומגעקומען.

דער טעראריסט האט ערשט אויפגעריסן זיין קאר, אין וועלכער ער האט אריינגעלייגט גאזאלין טענק, און ווען פאליציי איז געקומען האט ער פרובירט זיי צו שטעכן און זיי האבן אים דערשאסן, ער איז קורץ דערנאך אומגעקומען פון זיינע וואונדן.

פאליציי זאגט אז זיי ווייסן ווער דער טעראריסט איז, און אז ער פארמאגט שוין א היסטאריע איבער טעראר, ער איז א סאמאליער געבוירענער אימיגראנט וועלכער האט שוין א קרימינאלע רעקארד, און פאליציי גלייבט אז ער האט געארבעט אויף די אייגענע האנט.

בילד




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל