אייערנעכטן איז דער לאנג-ערווארטעטער פליטים קאראוואן אנגעקומען צום גרעניץ צווישן אמעריקע און מעקסיקא. צווישן די טויזנטער פליטים האבן עטליכע הונדערט פאראורזאכט א טומל ווען זיי האבן זיך דערנענטערט צום גרעניץ מיט געשרייען און פרובירט צו אריבערגיין דעם גרעניץ, און אין רעאקציע האבן אמעריקאנער גרעניץ וועכטער אריבערגעווארפן גאז קאנעס וועלכע האבן געצווינגען די מענער פרויען און קינדער צו אנטלויפן און געשאפן כאאס.

מעקסיקא האט נעכטן געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט ארום 100 פון די פליטים וועלכע האבן זיך אויפגעפירט אומגעזעצליך ביים "סאן איסידראו" גרעניץ פונקט, און זיי וועלן דעפארטירט ווערן צוריק צו זייערע היימלענדער. אזוי אויך זענען 42 אימיגראנטן ארעסטירט געווארן אויף דעם אמעריקאנער זייט פון דעם גרעניץ, נאכדעם וואס עס איז זיי געלונגען זיך צו אריבערכאפן.

די פליטים זענען מיינסטנס פון האנדורעס און אל-סאלוואדאר און אנדערע לענדער וואו עס הערשט ארימקייט און פאליטישע כאאס. א גרויס טייל פון זיי זענען פרויען מיט קינדער וועלכע האבן געשפרייזט טויזנטער מייל צו אפעלירן פאר אזיל-רעכט אין אמעריקע. דער פרעזידענט האט אבער פארשפראכן זיי נישט צו אריינלאזן, און האט זיי אנגערופן קרימינאל, און אויך אנגעדייטעט אז טייל פון זיי זענען טעראריסטן, טראץ וואס עס איז נישטא דערויף קיין שום באווייזן.

אמעריקע פארטרייבט פליטים מיט טרערן גאז

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל