נארוועגיע און פינלאנד באשולדיגן די רוסן אין סאבאטאזשירן די דשי-פי-עס סיגנאלן אין די הימלן פון סקאַנדינאַוויע דורכ'ן שיקן פאלשע סיגנאלן, א זאך וואס האט געשטעלט אין געפאר פליגערס פון נאָרוועגיע און פינלאנד. אבער רוסלאנד לייקנט דאס אפ קאטעגאריש - ווי געווענליך.

די רוסישע אפעראציע קומט אין די צייט, וואס עס ווערט דארט אפגעהאלטן ברייטע מיליטערישע מאנעווערעס פון נאט״א קרעפטן, וואס נעמען אריין איבער 50 טויזנט זעלער. דאס זענען די גרעסטע מיליטערישע אפעראציעס פון נאטא זינט דעם קאלטן קריג. די מאנעווערעס האבן זיך אנגעהויבן אין אקטאבער 25, און וועלן אנהאלטן ביז נאוועמבער 23, און דאס נעמט אריין סימולאציעס פון א רוסישע אינוואזיע אין די באלקאן לענדער.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל