דער ניו יארק סטעיט אפעלאט געריכט האט היינט ארויסגעווארפן אן אנקלאגע דורך גרופעס וועלכע פארלאנגן אז די סטעיט זאל פארבאטן דעם מנהג פון כפרות אין ניו יארק, אנווייזנדיג אז די עופות ווערן באהאנדלט ברוטאל און אז עס פארלעצט די צער בעלי חיים געזעצן פון די סטעיט. פארשטייער פון אגודת ישראל אין אמעריקע האבן צוזאמענגעשטעלט א שטאב פון אדוואקאטן, וועלכע האבן אנגעוויזן אז דער מנהג איז באשיצט אונטער רעליגיעזע פרייהייט און דער געריכט האט אנגענומען זייער שטעלונג.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל