היינט איז געווען עכט א ווינטער'דיגע טאג, מיט טעמפּעראַטורן אין די 30'ערס. היינט נאכט וועט זיין די קעלטסטע נאכט פונעם יונגער ווינטער.

מארגן קומט א שטורם צו גיין. אין אנהויב וועט זיין קאלט גענוג פאר שניי און אייז איבעראל, אנהויבענדיג ארום פארמיטאג. מילדערע לופט וועט אבער אריינקומען נאכמיטאג, און וועט טוישן די שניי צו א קאלטע רעגן, ערשט אין שטאט און צוביסלעך אפסטעיט. פון א לייכטע שיכט שניי און אייז, ביז א שיינע פאר אינטשעס זענען מעגליך. זעה די וועטערבאריכט שניי מאפע.

דאנערשטאג נאכט וועט עס רעגענען - מעגליך שווער, און ביי פרייטאג פארמיטאג איז די שטורעם מערסטענס פאריבער. פרייטאג צונאכטס און שבת זעהט אויס ווינטיג, אבער קיהל און טרוקען. קומענדיגע וואך בלייבט קאלט, מיט מער מעגליכקייטען פאר רעגן אדער אפילו שניי. ווינטער האט זיך אנגעהויבען גאנץ פרי דאס יאהר.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-☁️🌛💨28
דאנערשטאג-❄️◀️☔️34
נאכט-☔️💨38
פרייטאג-🌦42
שבת-🌤48
זונטאג-🌥45
מאנטאג-🌤42
דינסטאג-🌤40
מיטוואך-🌤42

לעיקוואוד
היינט נאכט-☁️🌛💨28
דאנערשטאג-🌨◀️☔️38
נאכט-☔️💨42
פרייטאג-🌦47
שבת-🌤48
זונטאג-🌥48
מאנטאג-🌤47
דינסטאג-🌤42
מיטוואך-🌤44

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-☁️🌛💨20
דאנערשטאג-❄️32
נאכט-❄️☔️💨32
פרייטאג-🌦37
שבת-🌤42
זונטאג-🌥38
מאנטאג-🌤39
דינסטאג-🌤36
מיטוואך-🌤38



שניי מאפע



א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל