אין ירושלים האט זיך נעכטן געענדיגט א פארצויגענע פארמעסט פאר מעיאר, ווען עס איז פארגעקומען א צווייטע רונדע וואלן צווישן עופר בערקאוויטש און משה ליאון, נאכדעם וואס זיי צוויי זענען ארויסגעקומען מיט די מערסטע שטימען אין די ערשטע רונדע וואס איז אפגעהאלטן געווארן מיט צוויי וואכן פריער. ליאון - וועלכער איז א שומר תו״מ - האט גענאסן פון די שטיצע פון די ספרד׳ישע שס פארטיי און די ליטווישע דגל, און בערקאוויטש האט באקומען די שטיצע פון די פרייע באפעלקערונג, און אויך פון געוויסע חסידישע הויפן.

די אויסגאנג איז געווען גאר נאנט, אבער ליאון איז ארויסגעקומען מיט 8,000 שטימען מער, און ערוועלט געווארן אלס מעיאר פאר א טערמין פון 5 יאר.

משה ליאון

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל