דער פארטיידיגונגס מיניסטער פון מדינת ישראל אביגדור ליבערמאן האט זיך אפגעזאגט פון אמט צוליב מיינונגס פארשידנהייטן מיט׳ן פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו, אין א שריט וואס ווערט געזעהן אלס פאליטיש מאטיווירט כדי ער זאל קענען נעמען דעם שארפערן ליניע ביי די קומענדיגע וואלן. ער האט אין זיין רעזיגנאציע רעדע געזאגט, אז ער האלט אז די פאליסיס פון די נתניהו ווען עס קומט צו באקעמפן כאמאס זענען שוואך, און אראפגעריסן דאס וואס נתניהו האט נעכטן אנגענומען דעם פייער אפשטעל פון כאמאס.

ער האט אויך געזאגט, אז מדינת ישראל האט מיט דעם זיך אונטגעבראכן צו טעראר. ער האט אבער געזאגט, אז זיין פארטיי וועט פארבלייבן אינעם קאאליציע, וואס מיינט אז דער קאאליציע האלט זיך נאך דערווייל און מען דארף נישט פאררופן פרישע וואלן. אצינד טוען די אנדערע שותפים אין די קאאליציע זיך אנהייבן קריגן ווער עס קריגט דעם פאזיציע, און עס איז מעגליך אז אין די נאנטע טעג וועט פאררופן ווערן פרישע וואלן.

פארטיידיגונג מיניסטער אביגדור ליבערמאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל