דעמאָנסטרירער פאָדערן אז א געזעצגעבער זאל אויפזאגן א איינגעשטעלטער, נאָך די "פּראוד באויז" אינצידענט.

אין אַ אויסשטעלונג פון רעליגיעזע סאָלידאַריטעט, האבן מיטגלידער פון פריי-אידישע און מוסלעמענער אָרגאַניזאַציעס זיך פאראייניגט צו האַלטן אַ פּראָטעסט אינדרויסן פון סטעיט סענאטאר מאַרטי גאָלדען'ס בעי רידזש דיסטריקט אָפיס פרייטאג צופרי, צו פאדערן פון דעם רעפובליקאנער געזעצגעבער צו אויפזאגן אַ קאָנטראָווערסיאַלער קאַמפּיין ארבעטער וואס האט געלאַדענט די פירער פון דער אַלט-רייט מענטש גרופּע "פּראוד בויז" (שטאלצע יונגן) צו רעדן אין אַ רעפובליקאנער קלוב פאריגע מאנאט.

פּראוד באויז איז א ראדיקאלער עקסטרעם-רעכטס ארגאניזאציע, וואס העצט אפיציעל פאר פּאָליטישע געוואלדטאטן. עס איז ערפינדען געווארן דורך געווין מאַקינעס, און זיי האבן אפטיילונגען אין די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדא, אוסטראליע און ענגלאנד. די פּראָטעסטירערס האבן אויך גערופן גאָלדען, צו פארדאמען ווייסע נאַציאָנאַליזם.

די דעמאַנסטראציעס איז אָרגאַניזירט געווארן דורך דריי גרופּעס: "יאַלאַ ברוקלין", "די מוסלעמענער דעמאָקראַטישע קלאָב פון ניו יארק" און "די אידישע שטימע". מיטגלידער פון דער גרופּע "קעמפף צוריק בעי רידזש", האט אויך אנטייל גענומען אין דעם פּראָטעסט צו ווייזן שטיצע.

די אָרגאַניזאַציעס פון ביידע אידישע און מוסלעמענער רעליגיעס האבן צוזאַמען געזונגען אידישע לידער און געזעסן שבעה פאר די קרבנות פון די עץ חיים סינאַגאָגע שחיטה אין פּיטסבורג, ארויסצוברענגן די פונקט אז האַסע שפראך און ווייסע נאַציאָנאַליזם רעטאָריק פירט אָפט צו גוואַלדטאַטן.

עלף יאַרמולקעס, יעדער טראָגענדיג די נאָמען פון אַ קרבן דערמארדעט געווארן אין די עץ חיים שחיטה, זענען אויסגעשטעלט געווארן אויף אַ שילד אויף דער ערד פראָנט פון גאָלדען'ס אָפיס. אסאך פּראָטעסטירערס האבן טראָגן העמעדער מיט די קלינגוואָרט #ענדווייטנאַציאָנאַליזם (ענדיג ווייסע נאַציאָנאַליזם, EndWhiteNationalism). עטליכע אנטיילנעמער האבן געטראגן יאַרמולקעס מיט די קלינגוואָרט: #מירזענעןדא (we are here).

אידן, להבדיל מוסלעמענער, פאראייניגן זיך צו פראטעסטירן קעגן סענאטאר מאַרטי גאָלדען

אידן, להבדיל מוסלעמענער, פאראייניגן זיך צו פראטעסטירן קעגן סענאטאר מאַרטי גאָלדען

פּראוד בויז

באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל