א אַרבעטער וואס באהאנדלט פּעקלעך, איז איינגעשלאָפן אין די קאַרגאָ אָפּטיילונג פון אַ אַמעריקען עירליינס באָואינג 737-800, און זיך אויפגעוועקט אויפ'ן וועג קיין שיקאַגאָ...

א באַגאַזש האַנדלער האט באקומען א פרייע פליה רייזע צו שיקאַגאָ'ס אָ'העיר אינטערנאַציאָנאַלער לופטפעלד, נאָכדעם וואס ער איז בטעות איינגעשלאָפן אין די קאַרגאָ אָפּטיילונג פון אַמעריקען עירליינס פלייט עי.עי.363.

די אומאידענטיפיצירטער האַנדלער וואס האט געארבעט פאַר פּיעדמאָנט עירליינס, אַ אָפּטיילונג פון די אַמעריקען עירליינס, האט געהאלפן אנלאדענען די שיקאַגאָ-געריכטעטער פליגער אין די קאַנסאַס סיטי אינטערנאַציאָנאַלער לופטפעלד, שבת וירא. זעהט אויס אז ער האט געשמעקט א טשולענט גראך פון איינע פון די פעקלעך, און האט טועם געווען - כסדרם, ווייל ער איז איינגעשלאפן אינמיטן די ארבעט, און האט נישט געשפירט ווי די פליגער ווערט ארויסגעשטופט פון די געיט, פארט ארום די לופטפעלד און ענדליך הייבט זיך אויף אין די לופטן...

ניכטער גערעדט... דער פארשוין האט מודה געווען אז ער האט געהאט געטרונקן אלקאהאל, האפענטליך מבושל...

ער האט נישט געליטן קיין שום וואונדן, זינט די אָפּטיילונג האט געהאט זויערשטאָף (אָקסידזשען) און איז געווען פּרעשורייז'ד. ער איז צוריקגעשיקט געווארן צו קענסעס סיטי.

באַגאַזש אַרבעטער שלאָפט איין און פליעט אָפּ

באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל