סאודי אראביע האט היינט געעפנט דעם פראצעס קעגן די מערדער פון דעם סאודיער זשורנאליסט זשאמאל קאשוגי. דער סאודיער פראקוראר האט היינט פאררופן א פרעסע קאנפערענץ, אין וועלכע ער האט אנגעלייגט די שולד אויפ׳ן מארד אויף איינער פון די אגענטן וואס האט געגעבן דעם באפעל.

ער האט זיך געהאלטן ביי די ווערסיע, אז זיי זענען געשיקט געווארן פארהאנדלן מיט אים ער זאל צוריקקומען קיין סאודי אראביע און ווען עס איז אנטשטאנען א געפעכט האבן זיי אים אומגעברענגט, און אז אז סאודי אראביע וועט פארלאנגן אין געריכט טויט שטראף פאר 5 פון די אגענטן וועלכע זענען געווען דירעקט פארמיטש אינעם מארד.

גלייכצייטיג האט דער אמעריקאנער רעגירונג היינט ארויפגעלייגט סאנקציעס אויף 17 סאודיער בירגער, וועלכע זענען געווען פארמישט אין דעם אפעראציע, און פארפרוירן אלע זייערע פארמעגנס אין אמעריקע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל