היינט דארף די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי ברענגען פאר׳ן פּאַרלאַמענט פאר אן אפשטימונג דעם אפמאך וואס זי האט אויסגעהאמערט מיט׳ן אייראפעישן פאראיין, אבער עס גייט נישט געשמירט. היינט אינדערפרי האבן פילע פון אירע קאבינעט מיטגלידער רעזיגנירט פון אמט, און צענדלגיע פון אירע פארטיי מיטגלידער אין פּאַרלאַמענט רופן עפנטליך פאר איר רעזיגנאציע, זאגנדיג אז זי האט אויסגעהאמערט אן אפמאך וואס איז נישט גוט פאר בריטאניע.

היינט אינדערפרי האט דער ברעקזיט מיניסטער געמאלדן זיין רעזיגנאציע, און קורץ דערויף האט נאך איין מיניסטארשע און צוויי דעפיוטי מיניסטארן אויך רעזיגנירט פון אמט אין פראטעסט קעגן מעי. אזוי אויך האבן אפאזיציע מיטגלדיער אויסגעדריקט קעגנערשאפט צום אפמאך, איבערלאזנדיג מעי מיט שוואכע שאנסן צו אריבערפירן דעם אפמאך אינעם פּאַרלאַמענט.

דערווייל זוכט מעי צו גיין פאראויס אינעם פּאַרלאַמענט טראץ מאסיווע פאליטישע דרוק. עס הערט זיך אויך מער און מער פארלאנגען פאר א פרישע רעפערענדום. די אייראפעישע פאראיין האט שוין געזאגט אז אדער נעמט בריטאניע אן דעם אפמאך, אדער טיילן זיי זיך אפ אן קיין אפמאך.

ברעקזיט כאַאָס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל