אן אלאמירנדער באריכט דורך די אומפארטייאישע "נאציאנאלע פארטיידיגונג סטראטעגיע" קאמיטע, ווארנט אז דער אמעריקאנער מיליטער איז גאר שטארק אפגעשוואכט געווארן, און אויב ברעכט אויס א קריג קען זי פארלירן צו כינע אדער רוסלאנד. דער קאמיסיע איז אויפגעשטעלט געווארן דורך קאנגרעס, און איז צוזאמענגעשטעלט פון אומפארטייאישע מיליטערישע עקספערטן.

"עס איז שווער צו זאגן אז אמעריקע האט היינט אן אבסעלוטע מיליטערישע אויבערהאנט", זאגט דער באריכט. און טראץ וואס אמעריקע געט אויס פילפאכיג מער געלט, זענען אנדערע לענדער מער שעפעריש און האבן פארשידענע טעכנאלאגיעס וועלכע קענען איבערקומען די אמעריקאנער מאסיווע קרעפטן. זיי ווארענען אז די זיכערהייט פון אמעריקע איז די שוואכסטע אין צענדליגע יארן, וויבאלד אין די לעצטע יארן האט די מיליטער אריינגעלייגט אלע אירע כוחות אין דעם קריג קעגן קליינע און שוואכע טעראר גרופעס ווי אין אפגאניסטאן און איראק, אבער ווען עס קומט צו רוסלאנד אדער כינע זענען זיי זייער שוואך צוגעגרייט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל