די אנגייענדע פייערן אין קאליפארניע האבן שוין געבראכן אלע רעקארדס, און דער ״קעמפ פייער״ אין צפון קאליפארניע איז באצייכנט געווארן אלס דער טויטליכסטער פייער אין די היסטאריע פון קאליפארניע, און דער דריט-טויטליכסטע פייער אין די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן.

פאריגע וואך דאנערשטאג האט אויסגעבראכן דער פייער אין דרום קאליפארניע. עס האט דערווייל איינגעשלונגען ריזיגע שטרעקעס, און עס זענען פארברענגט געווארן אמווייניגסטנס 111,000 אקערלאנד, און איבער א פערטל מיליאן איינוואוינער זענען ארויסגעצווינגען געווארן פון זייערע היימען. דער פייער האט גענצליך פארניכטעט דעם שטאט פאראדייס, וואס פארמאגט 27,000 איינוואוינער. טויזנטער היימען זענען גענצליך פארברענט געווארן, און דערווייל זענען באריכטעט געווארן אמווייניגסטס 30 טויטפעלער, און נאך איבער 200 זענען פארשוואונדען און עס הערשט א זארג איבער זייער שיקזאל.

אין די זעלבע צייט האט אויסגעבראכן נאך א מאסיווע פייער אין דרום קאליפארניע, נישט ווייט פון לאס אנדזשעלעס. דער פייער האט גענצליך איינגעשלונגען דעם פאפולערן רעזארט שטאט מאליבו, און אויך דארטן זענען באריכטעט געווארן עטליכע טויטפעלער. דער פייער ווערט באקעמפט דורך צענדליגע טויזנטער פייערלעשער וועלכע שטעלן זיך איין דאס לעבן 24 שעה א טאג, און דערווייל האבן זיי באוויזן צו באקומען קאנטראל אויף ארום 25% פונעם פייער, אבער די שווערע ווינטן און טרוקענע קלימאט פארשווערט גאר שטארק די ארבעט.

דער גאווערנער פון קאליפארניע דשערי בראון האט אפעלירט צום פרעזידענט צו דערקלערן א "מעידזשאר דיזעסטער" דעקלעראציע, וואס וואלט געגעבן די נויטיגע פעדעראלער הילף פאר קאליפארניע. פרעזידענט טראמפ האט אבער אנשטאטס גענוצט זיין טוויטער פלאטפארמע צו אראפרייסן אז זיי טוען א שוואכע ארבעט מיט פארמיידן אזעלכע שריפות.

דער שעף פון די פייערלעשער אין די געגענט האט שטארק אראפגעריסן טראמפ, און געזאגט אז זיין טוויט איז א פאלנע ליגנט. אלע פייערן זענען אין וועלדער זענען אונטער די אויפזיכט פון די פעדעראלע רעגירונג אדער פריוואטע אייגענטומער, און האט גארנישט צו טון מיט די רעגירונג פון קאליפארניע. דער פרעזידענט האט שפעטער - נאכ׳ן קומען אונטער קריטיק - געשיקט נאך א טוויט, אין וועלכע ער שיקט סימפאטיע וואונטשן פאר די באטראפענע פאמיליעס און די פייערלעשער.

לעבעדיגע בילד: שוידערליכע וואלדפייערן אין קאליפארניע
לעבעדיגע בילד: שוידערליכע וואלדפייערן אין קאליפארניע

טראמפ טוויט: קאליפארניע'ס שולד
טראמפ טוויט: קאליפארניע'ס שולד

טראמפ טוויט: ווערט קליגער!
טראמפ טוויט: ווערט קליגער!

פייערלעשער פרעזידענט: טראמפ איז מסוכן און אומריכטיג
פייערלעשער פרעזידענט: טראמפ איז מסוכן און אומריכטיג

פייערלעשער: "מר. פרעזידענט, דו ביזט ראָנג!"
פייערלעשער: "מר. פרעזידענט, דו ביזט ראָנג!"

קאליפארניע קאנגרעס מיטגלידער צו טראמפ: באשטעטיג גאווערנאר בראון'ס פארלאנג
קאליפארניע קאנגרעס מיטגלידער צו טראמפ: באשטעטיג גאווערנאר בראון'ס פארלאנג

טראמפ טוויט: מיין הארץ גייט אויס...
טראמפ טוויט: מיין הארץ גייט [ענדליך] אויס...


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל