איבער 300 ראקעטן און מיסילס האבן היינט גערעגנט אויף די שטעט און דערפער נאנט צו די גרעניץ, נאכדעם וואס עס האט אויסגעבראכן א פרישע רונדע פון געוואלדטאטן צווישן כאמאס און מדינת ישראל. איינער איז געשעדיגט געווארן ווען א ראקעט האט באטראפן אן אויטאבאס.

נעכטן האבן כאמאס מיליטאנטן אויפגעדעקט געהיימע צה״ל קרעפטן וועלכע האבן זיך געפונען טיף אין עזה פאר א געהיימע אפעראציע, עס איז אנטשטאנען א פייער אויסטויש פון וועלכע איין מדינת ישראל סאלדאט איז אומגעקומען און עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן, און גלייכצייטיג האבן די מדינת ישראל קרעפטן אומגעברענגט 7 כאמאס מיליטאנטן. דער פייער אויסטויש האט געברענגט א פלייץ פון ראקעטן אריין קיין מדינת ישראל, אויף וועלכע מדינת ישראל האט רעאגירט מיט מאכט, און דערווייל קומען פאר מאסיווע באמבאדירונגען אין עזה אויף כאמאס און אנדערע טעראר צילן. נתניהו וועלכער האט געוויילט אין פאריז, האט אפגעהאקט זיין באזוך און זיך אומגעקערט אהיים.

דער פלוצלינגע פייער אויסברוך, איז א שטער צו אנגייענדע געשפרעכן וועלכע קומען פאר אין די לעצטע וואכן פאר א פייער שטילשטאנד און מעגליך א פארשטענדעניש צווישן מדינת ישראל און כאמאס. די געשפרעכן ווערן קאארדינירט דורך די עגיפטישע שפיאנאזש הויפטן, וועלכע ארבייטן יעצט איבערמידליך פאר א באלדיגע פייער אפשטעל.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל