שטייענדיג נאך די מיד-טוירם וואלן, הייבן זיך אן די קלאנגען און ערנסטע שפעקולאציעס איבער מעגליכע פרעזידענטליכע קאנדידאטן וועלכע וועלן לויפן אויף די דעמאקראטישע זייט קעגן דאנעלד טראמפ, און צווישן די קאנדידאטן ציילט זיך אויך זיין אפאנענט פון 2016 הילערי קלינטאן, וועלכע מערערע אנאליסטן זענען ביי די מיינונג אז זי גרייט זיך צו לויפן נאכמאל.

צוויי געוועזענער קלינטאן ראטגעבער האבן געשריבן אינעם "וואל סטריט זשורנאל", אז קלינטאן האט אין די לעצטע צוויי יאר ערנסט אויפגעבויט א סטראטעגיע צו געווינען די דעמאקראטישע פריימעריס, און זי פלאנט נישט צו נאכלאזן.

נאך אן ערנסטע קאנדידאט וועלכער איז ארויפגעקומען אויף די ארענע, איז האווארד שולץ, דער גרונדער פון די ״סטארבאקס״ קאפע הייזער נעץ און מולטי-ביליאנער. ער האט אויפגענומען א פאליטישע שטאב צו באטראכטן דעם מעגליכקייט פון לויפן אויפ׳ן דעמאקראטישן טיקעט, און אזוי אויך הערט מען איבער פלענער פון מייקל בלומבערג צו אריינטאנצן אינעם פארמעסט.

הילערי קלינטאן פלאנט צו לויפן נאכאמאל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל