די דעמאקראטישע פירערשאפט אינעם סיטי קאנסיל באטראכטן לעגאלע שריט צו אנולירן דעם אפמאך וואס איז געשלאסן געווארן צווישן עמעזאן און ניו יארק סיטי אויף צו ברענגען אהער איר הויפטקווארטיר, נאכדעם וואס דער אפמאך רופט ארויס אויפברויז אין די געגענטער וועלכע זענען דעזיגנירט פאר דעם פראיעקט.

דער ספיקער קאורי דזשאנסאן האט געזאגט אז דער אפמאך טוט בארויבן ארום 3 ביליאן דאלער פון שטייער צאלער, און וועט האבן א נעגאטיווע עפעקט אויף ניו יארק אין פארשידענע הינזיכטן. ער האט אויך שטארק קריטיקירט דאס וואס די סיטי האט געגעבן פאר עמעזאן א פערמיט פאר א פריוואטן העליפּעד העכער זייער הויפטקווארטיר.

אנדערע דעמאקראטישע קאנסיל מיטגלידער האבן אבער געזאגט אז דאס גייט צו ווייט, און טראץ וואס זיי האבן געוויסע קריטיק אויפ׳ן אפמאך איז עס פארט א גוטע עקאנאמישע שטופ פאר ניו יארק און פאר די געגענטער אין קווינס וואו עס וועלן צוקומען צענדליגע טויזנטער זשאבס.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל