אוקראינער באאמטע זאגן, אז א מעכטיגער אויפרייס היינט אינדערפרי אויף אן אמוניציע מאגאזין אין שטאט חארקאוו, האט פאסירט צוליב אן אקט פון סאבאטאזש, דער אויפרייס האט פארניכטעט טויזנטער טאן פון געווער און אמונציע, און געברענגט א שווערע רויעך, וואס האט געפירט צו די עוועקיואציע פון איבער 10,000 מענטשן פון די ארומיגע געגענט.

די ארטיגע רעגירונג האט עוועקיואירט יעדן איינעם פון ארום 7 מיילן ארום און ארום, אויס זארג פון די שעדליכע לופט וואס דער אויפרייס האט געברענגט. די אויטאמאטישע פארדאכט פאר די סאבאטאזש, פאלט אויף רוסלאנד וואס פארמאגט זעלנער אין מזרח אוקראינע, וועלכע קעמפן מיט די פרא-רוסישע רעבעלן, און צומאל ברעכט אויס פייער אויסטוישן צווישן די צוויי זייטן.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל