א טאג נאכדעם וואס טערקיי האט ארויסגעלייגט איר מיינונג, אז דער סאודיער זשורנאליסט כאמאל כאשאגי איז אומגעברענגט געווארן אינעם סאודיער אמבאסאדע אין טערקיי, האבן די סאודיער אויטאריטעטן איינגעשטימט צו קאאפערירן מיט די טערקן, און זיי געבן צוטריט צום אמבאסאדע געביידע פאר א גרונטליכע אונטערזוכונג.

דאס קומט נאכדעם וואס די טערקן האבן פארעפנטליכט בילדער, אין וועלכע מען זעט ווי די 15 רעגירונג ארבייטער לאדענען אן א ווען מיט קעסטלעך וועלכע זיי ברענגען ארויס פונעם געביידע, און די טערקן זאגן, אז דאס איז די קערפער פון כאשאגי.

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט, אז ער איז באזארגט איבער די אנטוויקלונגען און געזאגט אז ״איך גלייך נישט די געשיכטעס וואס איך הער״ איבער דעם אינצידענט, אזוי אויך האט וויצע פרעזידענט מייק פענס געזאגט ״די פרייע וועלט פארלאנגט אן ענטפער״ פון סאודי אראביע איבער וואס האט פאסירט.

אויב שטעלן זיך די טערקישע באשולדיגונגען ארויס ריכטיג, קען דאס סאבאטאזשירן די נאנטע באציאונגען וואס סאודי אראביע האט אנגעקניפט מיט אמעריקע, אונטער די טראמפ אדמינסטראציע, און פילע סענאטארן וועלכע זענען פריינט פאר סאודי אראביע, האבן עפנטליך פארלאנגט פונעם סאודיער רעזשים צו ערקלען וואס האט פאסירט.

דער טערקישער פרעזידענט האט נעכטן געזאגט, אז ווילאנג די סאודיער אויטאריטעטן שטעלן נישט צו באווייזן אז כאשאגי האט פארלאזט דעם אמבאסאדע געביידע נעמט ער אן די שטעלונג פון טערקישע זיכערהייט אגענטורן וועלכע זענען ביי די מיינונג, אז דער זשורנאליסט איז ערמארדעט געווארן און זיין קערפער איז ארויסגעשמוגעלט געווארן קיין סאודי אראביע.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל