דער ציפער פון תלמידי ישיבות און מוסדות התורה אין גרעיטער ניו יארק, האט געגרייכט א סימבאלישע ווענדפונקט, ווען זי האט געשטיגן צו ארום די זעלבע צאל קינדער וועלכע ערציען זיך אין אלגעמיינע טשארטער שולעס אין ניו יארק.

די צאל תלמידי ישיבות און מוסדות צום נייעם לערן יאר איז 110,000, ארום די זעלבע ווי די סטודענטן אין טשארטער שולעס, דאס מאכט אויס ארום א האלב פון אלע קינדער וועלכע ערציען זיך אין פריוואטע שולעס איבער ניו יארק (טשארטער שולעס זענען פאבליק סקול׳ס וועלכע פארמאגן געוויסע זעלבסשטענדיגקייט).

די וואוקס פון אידישע מוסדות ברענגט דערצו, אז אלבאני טוט דערלאנגען מער שטיצע פאר אידישע מוסדות, דאס יאר אליין האט די סטעיט צוגעשטעלט פרישע 450 מיליאן דאלער אין שטיצע פאר אידישע מוסדות.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל