פון הרב משה נחום קרויס

א פאסיגע ארטיקל נאך די דמיון און שכרות פון עושר ואושר איבערן געווינס פונעם מעג"א מיליאן

 חלק א'

 די וועלט דערציילט אז דער גרינדער פון די באקאנטע אמעריקאנער קאר פירמע "פארד" פלעגט יעדן טאג פארן מיט זיין 'פארד' קאר צו זיין ארבעט, ער פלעגט אריבערפארן די 'האדסאן' ריווער אין ניו יארק סיטי. איין טאג פארענדיג זעהט ער ווי ביים ברעג וואסער איז פארהאנען א בענקל, און א 'פישערמאן' זיצט זיך געמיטליך אויפן בענקל, דערנעבן איז געליגן א קארב ווי דער פישער האט אריינגעלייגט זיינע געכאפטע סחורה. האט 'פארד' געטראכט באזוך, דער מענטש איז א חסר דעה, 'צייט איז דאך געלט, טיי"ם איז מאנ"י", פארוואס פארשווענדט ער זיינע צייט מיט א ישיבה בטלה אויפן ברעג פונעם וואסער? יא יא טראכט ער באזוך, איך ווייס אז ער פאררדינט זיינע פרוטות פון פארקויפן די פאר פישעלעך, אבער וואס איז עס ווערד קעגן די טייערע צייט וואס גייט לטמיון? אויב וועט ער ניצן זיין צייט כראוי קען ער דאך פארדינען שכר רב לאין שיעור!

טאג נאך טאג האט מר. פארד זיך באגעגענט מיט די סצענע, ביז איין טאג האט ער באשלאסן צו גיין רעדן מיטן פישער-מאן, ער גייט צו, צי אים, און זאגט אים, הער זיך איין, איעדן טאג ווען איך פאר אריבער זעה איך דיר דא זיצן, און דו האלסט א פיש-כאפער אין דיינע הענט און דו ווארטס אויף א פיש און נאך א פיש זאל אריינגעכאפט ווערן, זאג, האסטו הנאה פון וואס די טוסט? אודאי, האט דער פישער-מאן אים גענטפערט. האט פארד ווייטער געפרעגט, טוט די פאך דיר שפייזן?. קיין עושר ווער איך נישט דערפון, אבער ב"ה פיתי מצויה, איך האב אויף צו לעבן, איז געווען זיין אנטווארט! אויב דאס ביסל איז דיר גענוג אויף צו לעבן, דאן שטעל דיר פאר אויב וועסטו אויסנוצן דיין צייט ווי עס דארף צו זיין, וויפיל געלט די וועסט האבן! הער זיך צו, האט מר. פארד פארגעזעצט, איך אלס אנפירער פון מיין קאר פירמע, בין באקאנט ווי אזוי עס איז מעגליך צו אויסצונוצן די צייט ווי עס דארף צו זיין, איך בין דיר גרייט צו געבן א הלואה אז די זאלסט קענען אויסברייטערן דאן ביזנעס.

מיט די געלט וואס איך וועל דיר בארגן, וועסטו קויפן א שיף ספעציעל פארן כאפן פיש, אין די צייט וואס דו טוסט יעצט ארויפברענגן צוויי אדער דריי פיש אויפאמאל, וועסטו קענען ארויפברענגן הונדערטער אויפאמאל. די אוצרות פיש וועסטו פארקויפן, מיר אפצאלן, און בלייבן מיט שיין געלט! און מיט די געלט וועסטו קענען קויפן א גרעסערע שיף מיט עטליכע נעצן! דער פיש-כאפער האט אפגעשטעלט די שטף הדברים הנלהבים פון מר. פארד, און געפרעגט, און וואס ווייטער? האט פארד ממשיך געוווען, מיט די צייט וועסטו מאכן נאך מער געלט, און אנשטאט איין שיף וועסטו קענען קויפן עטליכע שיפן, מיט עטליכע ארבערטער, און גאר גרויסע נעצן, די וועסט כאפן צענדליגע טויזענטער פישן און עטליכע מינים, ווידעראום האט דער פישער-מאן איבערגעהאקט מר. פארד, און וואס ווייטער, האט ער געפרעגט! וואס הייסט וואס ווייטער האט זיך מר. פארד צעפלאמט, איז דיר דען נישט גענוג די געלט וואס דו גייסט דאן האבן, מיט די עשירות וועסטו סוף כל סוף זיך קענען אוועקקערן פון אלע טירדות און זיצן רואיג אויפן ברעג פונעם ים און כאפן פישן לויט דיין באגער!

האט אים דער פישער-מאן געזאגט, אט דאס ממש דאס טוה איך יעצט, און ער איז צוריק צו זיין ארבעט!

ע"כ המעשה.

א יסוד אמיתי ליגט אונטער די מעשה, עשירות איז נישט קיין אשירות, רייכטום איז נישט קיין גליקליכקייט סוף כל סוף קומט מען צוריק צום אנפאנג. אינעם פאלגענדען מאמר וועלן מיר ארומרעדן פון א זאך וואס טוט אינטערעסירן יעדן רעכט-דענקיגן מענטש, אידן און להבדיל גוים צוגלייך, יעדער וואס בשם אדם אדער האדם יקרא זוכט 'גליקליכקייט', אושר און לשון הקודש אדער JOY און אנגליש, מיום שנברא מין האדם, פון ווען אן די מענטש איז באשאפן געווארן, אזשע ביז היינט צו טאגס איז די נפש האדם כמהה לאושר, גליסט די מענשט צו 'גליק', מ'פראבירט און מ'פראבירט אבער לבסוף כחלום יעוף די צייטווייליגע הנאות גייט אוועק.

חיי אושר

חיי אושר בעולם הזה, גליקליך לעבן אויף די וועלט, וואס איז גליקליכקייט פרעגט רב דעסלער זצ"ל אין זיין ערשטע מאמר (מכתב מאליהו , חיי אושר), וואס הייסט וואס? דער וואס קען האבן וואס אימער עס גלוסט אים! אזוי זעהט עס אויס פאר די מענטשליך אויג, אבער איז עס באמת אזוי? שרייבט רב דעסלער, צו וויסן די אמת איז נאר דא איין וועג, פשוט גיין פרעגן מענטש נאך מענטש באזונדער און הערן זייערע ענטפער, לאמיר אנפאנגן מיט די עשירים, די וואס פארמאגן געלט לרוב, וואוינען אין פאלאצן, פארמאגן די טייערסטע קארס (לשונו פונעם מכתב מאליהו), וואס וועלן זיי ענטפערן, הן לעושר ב'ע' זכיני, אך אל הא' לא זכינו, אושר, מיטן א' גליקליכקייט, האבן מיר נאכנישט דערגרייכט, זה בא בקנאתו וזה בתאותו, רובם רע להם בביתם, שרייבט רב דעסלער א פאקט, רוב עשירים איז זיי נישט גוט אינדערהייים, צרות משפחות, צרות בנים צרות בנות, צרות כל דבר אשר יצר להם. און נאך מער, עשירות אליין איז פון די גרעסטע צרות, הקב"ה האט מטביע געווען אז מי שיש לו מנה רוצא מאתיים, ואין אדם מת וחצי תאוותו בידיו, א מענטש וועט אייביג דארפן נאך און נאך, און לבסוף וועט ער נאר דערלעבן האלב, קומט אויס אז דער עושר איז קיינמאל נישט צעפרידן.

איז ער ממשיך, לאמיר פרעגן די בינונים, די מיטלאגאטיגע זיי ארבעטן שווער צו דערגייכן און ערייכן צו די דרגה פון א עושר, אפשר זענען זיי די גליקליכע, ניין, ווען וועלן זיי הנאה האבן פון זייערע געלט, קיינמאל, אויף די עלטער ווען זיי שטייען שוין ביי שערי מות, דאן וועלן זיי זיך שפירן כעבר ובטל מן העולם, הן בעבודה התרגלו, ועכשיו שאין להם כח לעבוד במלאכתם לא ימצאו שום טעם וענין בחייהם, ונראים המה כמו צל חיים, וככה הם בעיני עצמם.

לאמיר פרעגן די וואס ארבעטן ביטער שווער און קענען די וואך נישט דעקן, צו זענען זיי גליקליך, זיי זענען פארנומען אז דער עושר מיטן ע' טוט אלסדונג אוועקכאפן פון זיי, נו ווער איז דער גליקליכער?

שרייט רב דעסלער, א"כ הלא נשאל, לאמיר פרעגן, מה זה עשה הקב"ה שברא עולם גדול למען שהכל, ממש הכל יסבלו בו יסורים רעים גדולים? פארוואס האט הקב"ה באשאפן א וועלט, א גרויסע וועלט וואס יעדער, ממש יעדער זאל ליידן, איז דען קיין גליקליכקייט נישט מעגליך? עס קאן דאך נישט זיין.

עס מוז דאך זיין א מושג פון 'אושר' וואס איז עס? ווער שפירט עס? בעפאר מיר גייען ענטפערן די תירוץ במאמר ב', וועלן מיר קודם זעהן די מושג פון 'הנאה' אין די אלגעמיינע וועלט, און פארשטיין במדע ובחכמה פארוואס עס איז נישט קיין לאנגע טערמיניגע הנאה.

חלק ב'

אנדרופינים –Endorphin

מפליאת הבריאה, פון די וואונדערליכקייט פון די בריאה ציילט זיך אויך די הארמאנען וואס זענען פאראנטווארטליך אויף די גייסטישע חלק פון די מענטשהייט, צווישן די הארמאנע"ן איז פארהאנען די 'אנדרופינים' אט די הארמאן וואס געפונט זיך אינעם מח איז פאראנטווארטליך פאר 'עונג, הנאה, אויפגעלייגט, פלעזשור' ווען די מח לאזט ארויס פון די הארמא"ן שפירט מען זיך זייער געשמאק, עס פערטעמפט ווייטאג, עס מאכט דעם מענטש שפירן איינגענעם, הקב"ה האט אזוי באשאפן דעם מענטש אז מ'זאל שפירן א געשמאק אין לעבן, אבער דאס אלס איז נאר צייטווייליג, און עס איז מדברים שהגוף נהנה וואס זעטיגט דעם גוף אבער נישט די נשמה.

אט די הארמא"ן צעשפרייט זיך אינעם גוף ביי פארשידענע געלגענהייטן און דורך פארשידענע סיבות, לאמיר אייך געבן עטליכע ביישפילן, 'שלאף', שלאף איז זייער א געשמאקע זאך, מ'שפירט נישט קיין ווייטאגן (אויסער גאר גאר שטארקע), בשעת'ן שלאף שיקט די מח ארויס פון די הארמא"ן. שוקלאדע, יא יא, דאס איז די סוד פארוואס 'טשאקלאד' איז אזוי גוט, טשאקלאד טוט אקוועטירן די הארמאן. 'ספייסי עסן" טוט אויך ריליסען די הארמאן, דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן האבן ליב 'ספייסי' עסן, בעיקר האט זיך עס פארמערט דאהי אין אמעריקע די לעצטע פאר יאר. א פערמונאנטע צייטונג האט געשריבן איבער די פארמערונג פון די שארפע פאפריקע באקאנט אלס 'הליפינ"א, ווי עס ווערט אויסגעמישט אין אלע מיני מאכלים פון דיפ'ס ביז פאפקארן און קוקי'ס.זיי שרייבן אז דאס איז א מיטל פון פירמע'ס צו מאכן קאנסומערס צוריקקומען קויפן די זעלבע מאכלים, די קאנסומערס ווייסן נישט פארוואס אבער האט זיי זייער געשמעקט די פאפקארן, זיי ווייסן נישט אז די הארמא"ן פון אנדופינים דאס האט געמאכט די געשמאקייט. שמעתי, אז דאס איז א סימן אויף וואס די נביא זאגט, הנה ימים באים, עס וועט קומען טעג וואס לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אים לשמוע את דברי ה', נישט הונגעריג אויף ברויט און נישט דורשטיג נאך וואסער, די נשמה בעהט זיך פאר עפעס, סתם עסן בארואיגט נישט, דאן פראבירט מען די 'ספייסי' וואס אקטעווירט די 'אנדרופינים הארמאן' און מאכט דעם מענטש שפירן א צייטווייליגע הנאה, אבער נאר צייטווייליג!

[כבדרך אגב, איבער די לא רעב ללחם: יעדער האט זיך שוין געטראפן אין אזא מצב: מ'שפירט איך דארף עפעס, מ'קען נישט גענוי אנצייגן וואס מ'דארף, אבער עפעס. מ'גייט צום פרידיזשער מ'עפענט עס אויף, אפשר א פלוים, ניין. אפשר גלעזל מאראנצן זאפט, ניין, אפשר גאר עפעס זאלציג. מ'גייט צום קאבינעט, אפשר פרעצעל'ס, ניין דאס אויך נישט. וחזור חלילה צום פריזער, א אייסעס, נע, אפשר גאר פארווע אייס קרים, דאס אויך נישט, ווייסטו וואס א גלעזל וואסער און שוין...

אט די סצענע איז נישט קיין פרעמדע, וואס ליגט באהאלטן דערינטער, וועלכע מדע/ווויסענשאפטליכע ערקלערונג קען מען געבן דערויף? אין זוה"ק (ח"ג, קכו) שטייט: בכל יום בת קול יוצאת מהר חורב ואומרת [ומכרזת] שובו בנים שובבים. יעדן איינציגן טאג גייט ארויס א 'בת קול' פון הר חורב און זאגט קערט ענק צוריק מיינע קינדער. בדומה לזה געפונען מיר די משנה אין אבות ווי רבי יהושע בן לוי זאגט:בכל יום בת קול יוצאת מהר חורב ומכרזת ואומרת אוי להם לבריות מעלבונה של תורה, וויי איז פאר די וואס לערנען נישט. פרעגט דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע אויב הערט מען נישט די בת קול, דאן וואס איז די תועלת דערפון, פארוואס גייט ער ארויס יעדן טאג פון הר חורב ? שרייבט דער הייליגער תולדות אז ער האט געהערט פון זיין רבי'ן דער בעש"ט אז די הרהורי תשובה וואס כאפט אן דעם מענטש יעדן טאג, אט דאס איז דער בת קול, אויב האט מען שכל דאן ניצט מען אויס יענע רגע אדער סעקונדע און מ'נעמט זיך פאר. דער הייליגער קאמארנער פירט אונז א שטאפל ווייטער און שרייבט בספרו נוצר חסד (פ"ה): אפילו א רשע גמור ווערט נתעורר פון די בת קול, עס כאפט אים אן א הרהור תשובה, אבער דער רשע איז מאבד די הרהור טוב פון זיין הארץ. – ובאמת שרייבט שוין דער חרדים אז אפילו דער מענטש הערט נישט די בת קול אבער זיין נשמה הערט עס יא, וזה מה שאמר דוד המלך בתהילים (קלט): נִפְלָאִים מַעֲשֶׂיךָ וְנַפְשִׁי יֹדַעַת מְאֹד.

אט די ווערטער פונעם הייליגן בעש"ט איז די אנטווארט אויף די מאדנע סעצענע פון עפענען די פרידזשער און קאבינעט. די איינגרעדטע הונגער אדער דארשט וואס כאפט דאן אן איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי די בת קול עס מאנט און בעהט 'שובו בנים שובבים' מיין קינד טוה תשובה, ליידער איז אונזער נפש אזוי פארגרעבט אז מ'טייטש נישט גוט אויס די קאוד, מ'מיינט אז די גוף בעהט עפעס, און מ'פרובירט עס אנצפילן מיט אייסעס, פרעצעלס, אדער אפילו די רויטע מעלאנע... באמת אבער פארפאסט מען דאן א הייליג מינוט. (שמעתי מאאמו"ר שליט"א).]

*

לאכן, איז אויך א מיטל וואס טוט מאכן דעם מח ארויסגעבן די הארמאן און מ'שפירט זיך גוט, נישט אומזיסט געפונען מיר בחז"ל (שבת ל) אז בעפארן לערנען זאל מען מאכן א בדיחה, דאס ברענגט דעם מענטש אריין אין א גוטע גיסטע, מיט דעם איז אויך פארשטענדליך די גמרא תענית כב רבי ברוקא חוזאה וואס האט געפרעגט אליהו מיהו בן עולם הבא, עי"ש. (זעה שערי מדע, 'לאכן').

סאשעלייזע"ן, פארברענגן טוט אויך פארמערן די הארמאן, חז"ל (תענית) לערנען אונז שוין, או חברותא או מיתותא. צו פארברייטערן די ידיעות במדע ובחכמה איבער די כח פון א חבר אדער חבורה זעהט מאמר 'חבר און חבורה' בספר שערי מדע.

'וויין' יין, איז אויך א שטארקע פאקטער, וויין ישמח ללב אנוש, אלקעהאל פארמערט די הארמאן, מיר געפונען אין חז"ל בכמה מקומות איבער די מעלות היין מיט שמחה, זעה לדוגמא גמ' עירובין סה, לא נברא יין אלא לנחם אבלים, וויין מאכט דעם מענטש אין א גוטע גיסטע.

ווי עס שטעלט זיך ארויס האבן חז"ל ארויסהאבענדיג די טבעיות פונעם מענטש, און דערגאנגען די מושג פון 'עונג' האבן זיי באפוילן און געצה'ט סיבות וואס ברענגן א עונג שבת, 'שלאפן' שינה בשבת תענוג, תקנת עזרא לאכול שום, צו עסן קנאבל אויסער המבואר בחז"ל, איז עס א ספייסי עסן, און עס איז אנגענומען אז עס פארמערט די אנדרופינים. קידוש אויף יין מן התורה, וויין טוט אויך פארמערן, זעה אויך מה שהאריך מרן רבי אביגדור מיללער זצ"ל בספר אור עולם (שמחה בחיים) אז דאס איז די סיבה לקדש על היין, ווייל פאר אונז אלע פעהלט שמחה, דעריבער האט הקב"ה באפוילן לקדש על היין זעה אינערווייניג, ובנוסף די אנדערע תענוגים וואס חז"ל האבן באפולן בשבת וואס איז אויך פארבינדן מיט אנדרופינים. ווי עס שטעלט זיך ארויס איז די הארמאן א גוטע מיטל צו דערהייבן די גיסטע פון א מענטש, אבער צו שעפן פרייליכקייט, גליקליכקייט, הנאה בלויז פון די אויבענדערמאנטע איז נישט מעגליך, ווייל א איבערפלוס איז שעדליך. שלאפן איבער די מאס, טרינקן איבער די מאס, אט דאס אלעס איז נישט קיין לעבן, און וואונדער איבער וואונדער א שרייעדיגע חילוק צווישן דעם אידן אין דעם גוי, דער גוי וואס פארמאגט נישט די ריכטיגע 'אושר' טוט מיטלען צו פארמערן די הארמאן דורך סמים (דראג"ס) און 'ווילדע ספארט"ס", אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז איבוד עצמו לדעת און דעפרעסיע א געהעריגע געשעניש ביי זייער בארימטע, די אויבענדערמאנטע טוט שעדיגן די מח און עס קען מער נישט צושטעלן וואס די גוף פארלאנגט.

אט דא ווערט שטערקער די פראגע, וואס מאכט דעם איד (דעם ערליכן איד) שפירן א אינערליכע גוטע פילונג? פארוואס איז די מושג פון אדיקשאן צו סמים כמעט נישט צו געפונען ביי אידן, אויף אזוי ווייט, אז אין 'איראן' האט איינע פון די מיניסטארן געזאגט אז אין 'תלמוד' שטייט אז אידן זאלן צעשפרייטן דראג'ס אויף די וועלט, והא ראי' האט ער געזאגט, אז אידן זענען נישט דערויף, איז א סימן אז זיי האבן א מיסיע צו פארטעמפטן די וועלט אבער נישט זיי! וואס איז טאקע די סיבה? און בעיקר, וואס איז ריכטיגע אושר?

חלק ג'

כללי התענוג

ניתי ונחזה, לאמיר זעהן וועלעכע פארמולע טוט סעטספייע"ן \ צופרידענשטעלן די נאגעניש, די הונגער. לאמיר נעמען צוויי קאנטראסטן: פון איין זייט, ווען מ'איז הונגעריג, מ'איז דארשטיג פארמאגט מען א תאוה צו אפשטעלן די הונגער און דארשט, וואס טוט מען, מ'עסט געשמאקע מאכלים גוטע עסן, אבער עס האט א שיעור, עס האט א גבול ביז וויפיל מ'קען עסן, יעדער כפי רחבו פארמאגט א אנדערע גבול, אבער יעדער פארמאגט א גבול וואס די מאגן זאגט עד כאן! מ'שפירט א אנגעשטאפטקייט. נמצא למדין, אז דאס איז קורצטערמיניגע תענוג, אויפן מאמענט בשעת'ן עסן איז עס א געוואלדיגע הנאה, ווי חז"ל אין מס' ברכות זאגן אונז אז די סיבה פארוואס מ'מאכט א ברכה איז ווייל עס נישט ערלויבט 'הנאה' צו האבן פון די וועלט אן קיין ברכה, עסן איז א הנאה, און מיט רעכט, נישט אומזיסט האט הקב"ה געמאכט די פירות און ירקות מיט קאלירן, וכפי שהאריך מרן רבי אביגדור מיללער זצ"ל בשיעוריו. אבער, ווי ערווענט, איז עס בלויז א קורצע הנאה, אויפן פלאץ, וזהו!

יעצט לאמיר זעהן די צווייטע קאנטראסט "שטענדיגע הנאה", צומאל ווען מ'געפונט זיך אויף א געשמאקע ארט, מ'טוט א געשמאקע זאך, מ'פארברענגט א געשמאקע פארברענג, דאן טראכט מען באזוך, אך, א שאד, הלואי שטעלט זיך עס נישט אפ, זאל די יעצטיגע מאמענט שטענדיג אזוי בלייבן, אבער ווי באקאנט איז דאס פאלש, 'תענוג תמידי אינו תענוג' (בעש"ט) ' א שטענדיגע תענוג איז קיין תענוג' (עי' נדה לא), און ווי די הייליגע רמב"ם שרייבט במורה (ח"ג פכ"ד): וזה אמת כי היציאה מן הטורח אל המנוחה, יותר ערבה מההתמדה אל המנוחה. אזאך וואס האלט אן נאכנאנד טוט די תענוג 'אויסוועפן', יעדער פריידט זיך מיט די קויף פון א נייע כלי, דירה, קאר, קלייד אד"ג, און מ'שפירט א געוואלדיגע הנאה, און טייל טראכטן בשעת מעשה הלואי זאל מען בלייבן מיט די עקסטיימענ"ט נאכנאנד, אבער די תמידיות פון די זאך טוט אויסוועפן די תענוג און עקסייטמענ"ט!

שטעלט זיך די פראגע, קורץ איז קיין תענוג, לאנג איז קיין תענוג, דאן וואס איז יא א תענוג, וועלכע פארמולע האט די מעלה פון די קורץ און לאנג ביינאזאם?

גם הנפש לא תימלא


צו ערפילן די תענוג, דארף מען וויסן פון ווי די הונגער קומט, און דאן וועט מען פארשטיין ווי אזוי עס צו ערפילן. פרעגט אייך אליין, נאכדעם וואס מ'האט פארברענגט א שעה מיט נישטיקייטן, ווי רעדן שטותים, פארוויילן אד"ג, וואס שפירט איר תיכף דערנאך? פאפט אייך נישט, איר שפירט א ליידיגקייט, ווי רב פינקוס שרייבט בספרו נפש שמשון )פסח – וכ"ה בספר שיחות להרז"כ(: א קליין קינד ליגט אין בעטל ס'וועקט זיך אויף פון די שלאף און פאנגט אן צו וויינען פון 'הונגער', דאס קינד שפירט אז מ'דערהערט נישט איר געוויין, דאן טאפט זי מיט אירע הענטעלך און זי געפונט איר "באטי", דאס באטי איז ליידיג, דאס קינד נאגט און נאגט, פון אנפאנג זעהט אויס ווי דאס קינד דערקוויקט זיך מיט די ליידיגע באטי, אבער ווי נאר זי אנדעקט אז עס קומט נישט גארנישט, די באטי איז ליידיג, און זי אנערקענט אז זי איז אויסגעפאפט געווארן, מ'האט איר געוואלט זאט מאכן מיט א ליידיגע באטל, דאן פאנגט זיך אן צו וויינען אסאך שטערקער מיט קולי קולות..

דאס איז די אורזאך פארוואס מ'שפירט די ליידיגקייט נאך א נישטיגע פארברענג און פארשוואנדעט, בשעת מעשה רעדט מען זיך איין אז דאס קוקן דאס ליינען דאס שמועסן איז געשמאק, אבער ווען מ'האלט דערנאך ווערט די קולות און נאגעניש אסאך אסאך שטערקער. ווער נאגט? ווער הונגערט?

ווער ביך איך? אינעם מאמר 'אפשטילן מחשבות' ברענגען מיר צו ווי רבי חיים וויטאל זצ"ל שרייבט אין שער הגלגולים )שער ח(: דע, כי האדם עצמו הוא הרוחניות אשר בתוך הגוף, והגוף הוא לבוש האדם ואיננו האדם עצמו. די מענטש אליין איז די רוחניות וואס איז אינעם גוף, די גוף איז נאר א קלייד פארן מענטש, אבער איז נישט די מענטש אליין. די הונגער און נאגעניש, די תשוקה צו תענוג און אושר קומט פון די חלק הנפש שבאדם און נישט פון די גוף, און די נפש קען מען מיט קיין 'חומר' נישט זאט מאכן, מיר זענען נישט קיין מוסר זאגער, מיר זענען א 'מדע' שרייבער, דעריבער ליינט מיט אינטערעסע, דער חכם מכל האדם 'שלמה המלך' זאגט "גם הנפש לא תימלא" מ'קען א רוחני נישט זאט מאכן מיט קיין חומר, ווען מ'וויל דעם נפש געבן 'חומר' ווערט זי אנטוישט און פאנגט אן צו נאגן נאכמער. א בהמה עסט איר עסן און האט נישט קיין שאיפות, אבער די מושג מענשט אפילו להבדיל די גוי האט שאיפות, און די מין איד די מין החמישי כדברי הכוזרי פארמאגט א שטערקערע פייער און דארשט (ביצה כה) און אויב טוט מען דעם 'אידישן' נפש נישט געבן די ריכטיגע שפייז דאן שפירט מען זיך ליידיג און צוקלאפט.

אינעם מאמר 'דאס פינטעלע איד' האבן מיר ערווענט, די טבע פון די מהות היהודי אז עס קען נישט אנטלויפן פון די מזון רוחני, די אלע וואס זענען ליידער אוועק מדרך אבותיהם האבן נישט קיין מינוט מנוחה, די נפש באקומט נישט איר שפייז און עס נאגט, דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס די פארקראכענע זענען כסדר פארנומען מיט אונזערע ברידער און שפייען פעך און שוועבעל, ווייל זיי טראכטן גם לי גם לך לא יהיה, ווי אזוי זאלסטו וואולע יונגערמאן און אשה כשירה אנגיין מיט דיין אידישן און פולע לעבן און די צייט ווען מיר נאגט...

דאס אלס קומט צוליב די מהות 'יהודי' וואס איז גייסטיש און פיזיש א מין בפני עצמו. א גר צדק איז אמאל געקומען צום נתיבות שלום זצ"ל, און האט זיך פאר אים אויפגעעפענט וואס האט אים געדריקט,: בעפאר איך בין אריינגעקומען תחת כנפי השכינה, האב איך געקענט מענטשן נישט אידישע, גוטע מענטשן וואס האבן זיך אוועקגעגעבן בכל לב מיטן גאנצן הארץ פאר אנדערע, געהאלפן קראנקע, אד"ג. אבער מיין הערכה און אפשאצונג איז געווען אז די אידן די אויסדערוועלטע פאלק זענען נאך בעסער, די בעסטע פון די מין האנושי! אבער ווען איך בין אנגעקומען קיין ארץ ישראל און געזעהן די 'אלע מינע' אידן בין איך געווארן אנטוישט, און איך האב זיך געפרעגט, האם הללו המה הבחירים, צו זענען דאס די אויסדערוועלטע? אפשר האט עס גארנישט צו טון מיט די 'אומה' נאר גאר מיט די 'יחיד' ס'איז דא א 'נישט' גוטע איד (חלילה) און א 'גוטע' גוי!

האט אים די נתיבות שלום ערקלערט: די הבדל צווישן א איד און א גוי ווערט נישט אפגעשאצט מיט 'מעשים', נאר מיט די עצם מהות ושרשו, א איד איז 'במהות' גוט, אפילו יעצט אויפן מאמענט האט ער זיך פארוויקעלט, אבער דער גוי איז נישט אזוי, אפילו יעצט אויפן מאמענט איז ער גוט! און דערביי האט די נתיבות שלום צוגעלייגט א פאקט: איך געדענק ווען די די דייטשן ימ"ש האבן איינגענומען פוילן בשעת די ערשטע וועלט קריג, האבן זיך אסאך געפריידט דערצו, ווייל די דייטשן האבן דאן געהייסן א פאלק וואס פירט זיך אויף קלאסיש און מיט נימוס, א עדיוקעטע פאלק, אבער נאך בעפאר עס איז אריבער צוואנציג יאר האט די וועלט געזעהן אז זיי זענען די ערגסטע פון די פעלקער, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אפילו ס'זעהט אויס ווי זיי זענען גוט און מענטשליך איז עס נישט זייער מהות און עס איז בלויז צייטווייליג.

היוצא לנו, די מהות איז איז א מין בפני עצמו, און איר הונגער נאך אושר און תענוג קען קיין חומר נישט אפשטילן.

שש אנכי


נעימות'דיגע און זיסע ווערטער שרייבט רבינו עקיבא אייגער זצוק"ל אין די הקדמה לספרו עמ"ס כתובות: מיר געפונען צוויי לשונות 'ששון און שמחה' וואס איז די חילוק צווישן די צוויי? ששון איז א שמחה וואס איז נישט בשלימות, חז"ל )שבת קל( לערנען אונז 'ששון זו מילה' מילה איז א מצוה א פרייד אבער געמישט מיט צער, צערו פונעם רך הנימול פונעם קינד. תורה, זאגט דוד המלך, 'שש' אנכי על אמרתך כמוצא שלל רב, תורה איז א תבלין וואס הקב"ה האט מטביע געווען אז אירע לערנער ווערן ערפילט מיט די ריכטיגע פארמולע.

ווען מ'לערנט א בלאט גמרא גוט און גרינטליך שפירט מען דערנאך א מוראדיגע גוט טעם, מ'שפירט ווי מ'האט ערפילט די נאגעניש, דאס איז א מציאות וואס יעדער איינער אן אויסנאם תלמיד חכם און בעל הבית, בחור אדער יונגערמאן, שפירט! אבער מ'דארף נאך, מ'גליסט נאך, נאך. עס איז א מציאות וואס מ'געפונט נישט ביי חומר, חומר ווערט מען זאט און מ'דארף נישט נאך, און אויב דארף מען יא נאך דאן אויב האלט עס אן פאר א שטיק צייט ווערט עס אויסגעוועפט. לא כן תורה, עס האט ביידע מעלות, ס'מאכט זייט אבער נישט אנגעשטאפט, ווי חז"ל (עירובין) לערנען אונז אז ווי מער מ'איז אין איר עוסק שפירט מען די טעם אלס מער און מער, כידוע די חזון שרייבט איבער די הנאה גשמי ממש וואס מ'שפירט יעדע שעה וואס מ'לייגט צו (ברצף) ער לייגט אראפ די געפיל שעה נאך שעה נאך שעה. דעריבער, שרייבט רבי עקיבא אייגער זצוק"ל, ווערט די תורה אנגרופען 'שש' עס האט די מעלה פון שמחה און צער ביינאזאם, ערפילט און פארלאנגט נאך.

הני נשים במה קא זכיין, פרויען האט הקב"ה זיי באשאפן מיט אנדערע ערפילונג, איינס, די געפיל וואס א אידישע מאמע און בני בית האט ווען איר מאן\קינד לערנעט איז א געפיל וואס איז אויסערגעווענליך.

'חסד' איז אויך פון די מצות וואס אפילו פשוטע מענטשן קענען שפירן די תענוג רוחני, כ'האב מיר אמאל מתבונן געווען, די שאיפה פון א גוי איז צו ווערן די 'אמעריקאנע פרעזידענט' די מאכטפולסטע מענטש אין די וועלט, נו, ווען מ'דערגרייכט צו די אמט מ'שפריט זיך ברום המעלה, אבער וואס שפירט מען די טאג נאך די אכט )אדער פיר( יאר ? העכער ווי פרעזידענט איז דאך ביי זייערע מושגים נישט שייך צו גיין! איר וועט זעהן א אינטערעסאנטע פאקט, די פרעיזדענטן וועלן זיך אריינלייגן אין 'חסד' טייל מיט העלפן אפריקאנער און זייערע קרענק, און טייל צו העלפן פארוואונדערטע סלאדאטן אד"ג, די חסד מאכט זיי שפירן גוט!

שטעלט אייך אפ א מינוט און טראכט איבער גאר א גוטע עסן וואס איר האט אמאל געגעסן, טראכט... – יעצט טראכט איבער א בלאט גמרא וואס איר האט גוט גוט דורך געלערנעט, אדער איבער א חסד א אמת'ע חסד וואס איר האט אמאל געטון, טראכט... איר זעהט די חילוק, טראכטענדיג פון די עסן אדער אנדערע הנאה שפירט איר נישט יעצט עפעס אויסטערליש, אבער טראכטענדיג פון די בלאט אדער חסד קען מען נאך יעצט שפירן ווי א גוט געפיל לויפט אריבער!

תענוג, מוגבל בזמן


ווען עס וועט זיין די יום שכולו טוב, די יום שכולו ארוך, די יום שהצדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהם ונהנים מזיו השכינה )ויהי' חלקינו עמהם( דאן וועט די תענוג און הנאה זיין אויף א אופן וואס מיר קענען זיך כמעט נישט פארשטעלן. איינע פון די מניעות און אפהאלט פון תענוג אויף די וועלט, איז די 'תמידיות' , אזאך וואס האלט אן צו לאנג פארלירט די 'תענוג' און זיסקייט, די תורהדיג'ע וועג פון לעבן פארמיידט דאס 'תמידיות' און פארשידענע הינזיכטן אינעם אידישען לעבן זעהט מען עס, 'שבת' איז א סימבאל פון 'עונג' עס שטעלט אפ די וואך, און פאנגט עס אן פון נאכמאל, בשר וחלב צייט טיילונג טוט אויך דיספלינען דעם מענטש אז 'ניין' איז אויך א מהלך, למה אמרה תורה וכו' איז אויך פון די עיקרים. וכו'.

אויב די מושג פון 'זמן' וואלט נישט עקזעסטירט, דאן וואלט די מושג פון 'תמידי' אויך נישט עקסזעסטירט, ווייל די מושג פון היה, הווה ויהיה איז פארבינדן מיט 'צייט' אבער אויב איז נישטא די מושג פון צייט דאן געשעהט אלסדונג יעצט (ראה מדע עתידות ב):
מרן הגאון רבי אליהו דעסלער זצ"ל בספרו 'מכתב מאליהו' ערקלערט בעומק די מושג פון 'זמן וחיים' מיר וועלן מעתיק זיין מדבריו הנוגע למאמרינו: לויט אונזערע חושים אויף די וועלט, זענען מיר מבחין די 'רגע' די 'מינוט' נאכן אריבערגיין איז עס ווי טויטע זאך [העבר אין] בשעת מעשה איז עס ווי א לעבעדיגע זאך, און די רגע העתיד איז נאכנישט געבורין געווארן. לויט די בליק גלייבן מיר אז נאכדעם וואס 'איך' די נשמה וועט זיך אפטיילן פון די גוף, וועט די וועלט און די לעבן זיין א 'עבר' א געוועזענע זאך, און מיר גייען אנקומען צו א מקום אחר וזמן אחר, צו א אנדערע וועלט און פלאץ, און דארט אויף יענע וועלט וועט זיין שכר און עונש אויף אונזערע מעשים וואס מיר האבן געטון אין די עבר, אין די פארגאנגענהייט.

שרייבט רב דעסלער, לאמיר עס אנוקוקן מיט אן אנדערן בליק, על פי ההבחנה הרוחניות האמיתית, לויט די אמת'ע און רוחניותדיגע בליק, דאן וועלן מיר באקומען גאר א אנדער בליק אויף די מושג.

העבר והעתיד, אחד הם עם ההווה. די עבר און די עתיד זענען איינס מיט די הווה. נאר וויבאלד די נשמה געפונט זיך 'אינעם' גוף וואס איז א מחיצה צווישן די אמת מציאות און דמיון, דעריבער ווערט פון אונז באהאלטן די עבר, און די עתיד. ווייל מיר קוקן אן די מציאות ווי חלקים דקים, מיר צעטיילן די 'צייט' ווי אין קליינע שטיקלעך, וואס עס איז געווען, וואס עס איז יעצט, און וואס עס גייט זיין.

די גאנצע גדר און השגה פון 'צייט' און 'פלאץ' איז איינגעווארצעלט אין אונז ווי זאכן וואס געשעהן ווי מיר זעהן עס, געווען, יעצט, און גייט זיין. אבער מיט אמת'ן בליק איז נישט דא אזא מושג ווי 'צייט' און 'פלאץ', עס איז נישטא קיין רגע וואס שטארבט, און קיין רגע וואס גייט געבורין ווערן, לא מיתת רגע ולא לידת רגע. נאר אין אונזער 'דמיון' זעהט די וועלט אין לעבן אזוי אויס: אלא שכך מצוייר לנו בדמיוננו, על ידי כח הגוף המסתיר את הכל, חוץ מן החלקים הקטנים של הזמן הנגלים לנו בזה אחר זה.

אזוי אויך דאס וואס מיר רופן אן 'טויט', ווי די נשמה געזעגענט זיך פונעם גוף, איז נישט מער ווי 'הסרת הסתר הגוף' און דאן זעהט מען די אמת'ע בליק אז אונזער גאנצע לעבן איז געווען א הויה אחת ממש, נישט קיין שטיקלעך, נאר איין געשעניש אויף אמאל. [הג' רז"כ ציין למש"כ האור החיים הק' (בראשית יח, ד): והנה המלאכים שבאו בדמות אנשים, הוא גוף שברא להם ה' מהגלדת האווירים. פירשו: מעין קרישה הנוצרת במעטה האור הרוחני, אלא שגוף האדם נוצר מן העפר, שאף הוא אינו אלא אור מוגשם].

און דאן וועט מען פארשטיין אז נאך די 120 ווען מ'שיידט זיך פון די גוף קומט מען נישט פון די וועלט צו א אנדערע וועלט, נאר עס איז פשוט דא אנדערע בחינות פון 'זמן ומקום', נישט די 'מקום' האט זיך געטוישט נאר אונזער 'השגה' האט זיך געטוישט. מיר בלייבן וואס מיר זענען געוען בעפאר, נאר מיר טרעפן זיך אן די 'שוץ' וואס הייסט 'גוף' וואס טוט מצמצם זיין אונזער ראייה צו א ראיה חלקית, שטיקעלדיגע ראיה.

לפי זה, איז ער ממשיך: וואס מיר זענען געוואוינט אנצורופן 'מיתה' איז באמת 'התחדשות החיים' א באנייאונג פון 'לעבן', מיר קערן זיך דאן צוריק צו די עבר, און עס ווערט ווי איין 'הוייה' און נישט קיין עבר, הווה, און עתיד. מער עס צו פארשטיין איז די ביאור, אז נאך די 120 גייט מען צוריק צו די 'עבר', אויב האבן מיר זיך מתדבק געווען צו תורה ומצות זייענדיג אינעם 'עולם הבחירה' קומט אויס אז אז אונזער 'הוייה' איז דבוקה ומחוברת לתורה ולנותן התורה ברוך הוא, לא כבעבר, אלא בהווה ממש. און דאס פארקערטע ביי עברות ח"ו, מ'וועט דאן שפירן ווי מ'טוט ממש יעצט די עבירה, נישט ווי מ'האט עס געטון. ער איז מסיים מיט א השגה וואס געט א ציפ, וזהו גדר שכר ועונש, כי עונג זה, אין נעלה ממנו, וייסורים אלו, אין גרוע מהם. די שכר ועונש וועט דאן זיין אז די מושג פון עבר, און עתיד וועט נעלם ווערן, ממילא א ערליכע איד וועט שפירן ווי ער טוט אט דאן די מצות און לערענט דאן די תורה, און די טעם פון די עונג איז נישטא בעסער פון דעם. אזוי אויך חלילה פארקערט, א בעל עבירה וועט דאן שפירן ווי ער טוט דאן די עבירה, און עס איז נישטא עפעס ערגער ווי די יסורים, רח"ל. עכתו"ד. (עי' בספרי שערי מדע אודות הפיליסופיא ממושג של זמן)

עטוואס אביסל צו פארשטיין ווי אזוי די טעם ההנאה וועט זיין לעולם הבא, לאמיר מעתיק זיין וואס די רמב"ם שרייבט:(בהקדמתו לפרק חלק) די רמב"ם רעדט ארום איבער די הנאות וואס וועט זיין בעולם הבא, די תענוג רוחני קעגן די תענוג גופני, ער שרייבט אז ווי א בלינדער קען נישט משיג זיין די מהות פון קאלירן, ווי א טויבער קען נישט משיג זיין די הערונג פון קולות וכו' אזוי אויך קענען נישט די גופים אונזערע קערפער משיג זיין די תענוגים הנפשיות. צו האבן א קליינעם מושג איבער תענוג נפשי ברענגט די רמב"ם צו עטליכע משלים, צווישן זיי איבער די מהות הנקמה, אסאך מענטשן וועלן אויסוועלן זיך נוקם צו זיין אין זייער פיינט מער ווי צו עררייכן תענוגי הגוף. לכאורה על פי לאגיק פרעגט זיך די פראגע, ווי עס האט געמוטשעט די וויסענשאפטליכע, ווי אזוי איז דאס, אז מענטשן זענען גרייט נקמה צו נעמען אפילו עס קומט זיי אויף די אייגענע חשבון, מענטשן קענען פארשווענדן געלט און זיך דערנידערן און וועלן נישט שטיל בלייבן ביז זיי זעהן א נקמה אין זייער שונא, לכאורה לייגט זיך עס נישט אויפן שכל וואס ציהט דעם מענטש? די ערקלערונג דערויף געפונען מיר סיי בספרי קודש, ולהבדיל די אויסקום פון א שטוידע: די מסילת ישרים (פרק יא) שרייבט: גם השנאה והנקימה קשה מאד לשימלט ממנה לב הותל (ע"פ ישעיה מד, כ) אשר לבני האדם, כי האדם מרגיש מאד בעלבונותיו ומצטער צער גדול, והנקמה לו מתוקה מדבש, כי היא מנוחתו לבדה. על כן לשיהיה בכחו לעזוב מה שטבעו מכריח אותו ויעבור על מדותיו, ולא ישנא מיר שהעיר בו השנאה, ולא יקם ממנו בהזדמן לו שיוכל להנקם, ולא יטור לו, אלא הכל ישכח ויסיר מלבו כאלו לא היה, חזק ואמיץ הוא. והוא קל רק למלאכי השרת שאין ביניהם המדות הללו, לא אל שכני בתי חמר אשר בעפר יסדם וכו'.

באידיש: פיינטשאפט און נקמה איז זייער שווער זיך ארויסצודרייען דערפון, ווייל א מענטש שפירט זיין שאנדע און ער איז זיך זייער מצטער א צער גדול, און די נקמה איז פאר אים זיסער ווי האניג, און בלויז דאס וועט אים בארואיגן, דערוועגן א מענטש וואס וועט זיך שטארקן אויף זיין טבע און איינהאלטן פון נקמה נעמען בגוף ובנפש דער איז חזק ואמיץ, גאר שטארק. (מער איבער נקמה, איבער די שטודיע און הסבר פארוואס עס איז זיס זעה שערי מדע 'מאמר נקמה').

עפילאג


די נושא פון אושר, תענוג אמיתי איז אזאך וואס די מענטש די 'מבעה' זוכט און וויל ערייכן, די וועלט איז פיל מיט קאלירטע בילדער און שרייעדיגע מהותים אלס כדי צו דערשטיקן די הונגער פון די נפש, אבער שלמה המלך לערנעט אונז שוין 'גם הנפש לא תימלא' מ'קען די נפש נישט ערפילן מיט קיין חומר, און מי שיש לו מנה דארף דאפעלט, דעריבער, זייט אייך מדבק אין די בלאט גמרא, די הנאה און תענוג איז אין כדומה לו, עס ווערט נבלע אין די בלוט ממש (אגלי טל בהקדמתו הידיעה), טוט חסד, מצות מיט אמת'ע חשק און נישט סתם אזוי וועט אייך ערפילן אושר.

עס ליגט מיר פאר די אויגן א יונגערמאן וואס גייט אריבער אסאך שוועריגקייטן, אבער וואונדער איבער וואונדער יעדע נאכט זעה איך אים זיך אריינווארפן אינעם ים התלמוד, ער שליגנט מיט דארשט די ווערטער און דאס האלט אים אן, מיר רעדן דא פון א שווערע ארבעטער א איש בין אנשים, אבער די אמתע תענוג העלפט אים, לא יין וסמים, לא איסורים וחשקים, רק התורה, הוא חיינו דאס האלט אים. אלע הנאות, געשמאקע עסן און ארום איז געמאכט געווארן הנאה צו האבן דערפון, אבער אויב מאכט מען א עיקר פון רוחני דאן האט די גשמי אויך א רוחני טעם, זאלן מיר שוין זוכה זיין צו די תענוג תמידי אן הגבלות הזמן.

שערי מדע: תענוג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל