ווען דער 63 יעריגער קאנגרעסמאן דזשאַיר באָלסאָנאַראָ האט דערקלערט זיין קאנדידאטור פאר פרעזידענט, האט קיינער נישט געקלערט אז ער האט די מעגליכקייט צו אייגנטליך געווינען. ער איז געזעהן געווארן אלס אן אולטרא-רעכטער היץ-קאפ וועלכער קען נישט רעקרוטירן קיין ערנסטע מאסן, און אויך געהאט גאנץ ווייניג געלט אין זיין קאמפיין קאסע קעגן די אנדערע קאנדידאטן. אבער א שווערע עקאנאמישע קריזיס, א כוואליע פון פארברעכנס און געוואלדטאטן, און די פאקט אז פילע רעגירונג באאמטע זענען פארמישט אין קארופציע סקאנדאלן, דאס אלעס האט געברענגט דערצו אז די בראזיליאנער מאסן האבן געגעבן זייער צוטרוי פאר א קאנדידאט וועלכער האט גענוצט גאר א היציגן טאן אין די וואלן, און ווערט געזען ווי א שטארקער כאראקטער מיט די מעגליכקייט צו ברענגען ארדענונג צום געפלאגטן לאנד.

באָלסאָנאַראָ האט גאנץ קלאר געמאכט זיין ווילן צו הערשן ווי א דיקטאטור, און עטליכע מאל ארויסגעברענגט זיין בענקשאפט צו די יארן וואס אין בראזיל האט געהערשט א מיליטערישע דיקטאטורשאפט. אין א אינטערוויו מיט יארן צוריק, האט ער געזאגט אז די איינציגע וועג צו העלפן בראזיל, איז דורך אומברענגען ארום 30,000 לינקע. אויך דוכאויס זיין קאמפיין, האט ער פארשפראכן צו ארעסטירן זיינע פאליטישע קעגנער. נאך א לענגערע קאמפיין האט באָלסאָנאַראָ אנגעצויגן דאס מערסטע שטימען אין די ערשטע רונדע, און האט זיך פארמאסטן אינעם צוויטן רונדע קעגן דעם לינקן פאליטיקאנט פערנאנדא האדאד פון די ארבייטער פארטיי. צווישן איבער הונדערט מיליאן שטימען, איז ער ארויסגעקומען מיט אן אויבערהאנט פון 55%, קעגן 45% פאר זיין קעגנער. אין זיין זיג רעדע, האט ער גענומען א מער געמאסטענעם טאָן, און פארשפראכן צו פאראייניגן דאס לאנד.

פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט נעכטן אנגערופן דעם ניי ערוויילטן פרעזידענט און אים באגריסט אויף זיין געווינס, און פארשפראכן צו ארבייטן האנט ביי האנט מיט אים. מערקווירדיג אז פילע פון די קאמפיין פארשפרעכונגען און רעטאריק פון באלסענארא האט אפגעשפיגלט די קאמפיין פארשפרעכונגען פון טראמפ, נידערן שטייערן, לויזערע גאן געזעצן, זיך ארויסציען פון די פאריזער קלימאט אפמאכן און נאך.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל