די דויטשע קאנצלערין אנגעלע מערקעל האט געמאלדן, אז זי וועט אפטרעטן פון אמט ווען איר יעצטיגע טערמין קומט צו אן ענדע, און זי וועט נישט זוכן נאך א טערמין אין די וואלן אין 2021. זי וועט אויך אפטרעטן פון די פירערעשאפט פון די צענטער-רעכטע סאציאל דעמאקראטישע פארטיי, א פאזיציע וואס זי האלט שוין פון יאר 2000. דאס קומט נאכדעם וואס לעצטע אנקעטעס צייגן א דראסטישע טראסק אין שטיצע פאר איר פארטיי און פאר אירע קאאליציע מיטגלידער, און שטייגנדע שטיצע פאר די פארטייען אויף די עקסטרעמען פונעם פאליטישן ספעקטרום צו רעכטס און לינקס, א זאך וואס פילע זעען אלס רעזולטאט פון דעם וואס די צענטריסטישע פירערשאפט פון מערקעל איז אומפאפולער אויף ביידע זייטן.

די יעצטיגע מעלדונג איז געקומען נאכדעם וואס איר פארטיי האט אנגעצויגן היסטאריש שוואך אין עטליכע לאקאלע פארמעסטן אין די דייטשע סטעיטס. זי האט געזאגט אז אלס פירערין נעמט זי פולע פאראנטווארטליכקייט פאר די פראבלעמען פון איר פארטיי, און וועט נאך דאס יאר איבערגעבן די לייצעס פון פארטיי פירערשאפט, און אפטרעטן נאכ׳ן אויסדינען איר טערמין אלס קאצלערין.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל