א טאג נאכדעם וואס דער דיסטריקט אטוירני האט באשלאסן נישט צו אנקלאגן דעם קאר סערוויס דרייווער פאַרוך אַסזאַל וואס האט ברוטאל צושלאגן א איד אויף 13'טע עוועניו, איז אפירגעקומען נאך א איד וועלכע זאגט אז דער זעלבער דרייווער האט אים פרובירט צו אראפהאקן אויף 13'טע עוועניו, מינוטן פאר די אטאקע אויף ר' ליפא שווארטץ.

ר׳ יושע לאנגזאם וועלכער פירט אן מיט די פיש געשעפט ״פיש פאר דיש״ זאגט פאר׳ן ״וואס-איז-נייעס״ וועבזייטל, אז ער איז געשטאנען נעבן זיין טראק אויף 13 ביים 43'טן גאס ווען דער זעלבער קאר איז געקומען צו פארן מיט א ווילדקייט אין זיין ריכטונג מיט די קלארע ווילן אים צו אראפהאקן, און ער איז מיט נסים געראטעוועט געווארן, נאכ׳ן שפרינגען צו לינקס און זיך באשיצן צווישן די פארקירטע קארס.

נאכדעם וואס עס איז אים נישט געלונגען צו אראפהאקן איין איד, איז ער ווארשיינליך געפארן ווייטער ביז צום 46'סטן גאס, און דארט איז ער ארויס פון זיין קאר און ברוטאל צושלאגן ר׳ ליפא שווארץ. דערווייל האלטן זיך זיינע אדוואקאטן ביי זייער ווערסיע אז ער האט געמיינט אז שווארץ האט אים פריער בלאקירט פון פארן, און זיין פאמיליע זאגט אז ער איז גייסטיש קראנק און ליידט פון סכיזאפרעניע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל