רייזנדע אינעם פארגעשריטענעם שאנכאי לופטפעלד, קענען אצינד אריבערגיין דעם גרעניץ דורך זיך שטעלן פארנט פון א קאמערע מיט א פארגעשריטענע ״פעישאל רעקאגנישאן סיסטעם״, וואס דערקענט דעם פנים און מאכט דעם זיכערהייט אונטערזוכונג אנשטאט א וועכטער.

דאס איז א טייל פון א ברייטע קאמפיין אין כינע צו מאדערנאזירן אירע לופטפעלדער, לויט זייער פלאן וועט פארגעשריטענע טעכנאלאגיע אינסטאלירט ווערן אין אלע כינעזער לופטפעלדער אין די קומענדיגע יארן, וואס וועט פילפאכיג שניידן די ליניעס און צייט וואס מען דארף ווארטן.

כינע פארמאגט א ריזיגע דאטאבאזע פון אלע אירע בירגער, און אירע גרויסע שטעט פארמאגן די וועלט'ס פארגשריטענסטע קאמערעס וועלכע קענען דערקענען א פנים פון דערווייטנס און אזוי אידענטיפיצירן יעדע פארברעכן. דער פראגראם ווערט אראפגעריסן דורך מענטשן רעכט גרופעס אלס א פארלעצונג פון פריוואטקייט, אבער כינע זאגט אז דאס איז די צוקונפט, און אז עווענטועל וועלן אנדערע לענדער גיין אין אירע פוסטריט.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל