אויסטראליע - א גרופע פון מיסטעריעזער סאדיסטן זענען אויפגעקומען מיט א טייוולאנישע געדאנק, צו אנזייען שרעק, נעמליך דורך אריינלייגן נאָדלעך אין סטראבעריס. איבער גאנץ אויסטראליע זענען באריכטעט געווארן פעלער, אין וועלכע מענטשן זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, נאכ׳ן עסן סטאבעריס מיט נאדלעך אינעווייניג. פילע פרוכט פירמעס האבן צוריקגערופן דעם פראדוקט, און עטליכע גראסערי נעצן באנוצן זיך מיט מעטאל דעטעקטארס צו פארזיכערן אז די סטראבעריס זענען זיכער.

די אויטאריטעטן האבן פארשפראכן א לוין פון 100,000 דאלער פאר ווער עס וועט פירן אויף די שפורן פון די פארברעכער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל