א פאלעסטינער טעראריסט האט נעכטן געשטאכן און אומגעברענגט ר׳ ארי פאלד הי״ד, א 40 יעריגער אמעריקאנער בירגער וועלכער וואוינט אינעם שטאט אפרת אינעם מערב ברעג. דער 16 יעריגער טעראריסט האט אים ברוטאל דערשטאכן, אבער דער באטראפענער האט נאך באוויזן צו ארויסנעמען זיין רעוואלווער און דערשיסן דעם טעראריסט וועלכער איז פארוואונדעט געווארן.

פאלד איז געווען א פראמינענטער אקטיוויסט, וועלכער האט געארבייט צו פארטיידיגן מדינת ישראל און זייערע פאליסיס איבער די וועלט אין די אלגעמיינע פרעסע, און דעריבער איז פון אנהויב געווען א פארדאכט אז ער איז דירעקט געצילט געווארן. אבער פאליציי זאגט אז דער יוגנטליכער האט געפלאנט צו אטאקירן מתפללים אינעם מערת המכפלה, אבער צוליב די שטארקע זיכערהייט אנוועזנהייט האט ער דערשטאכן א פארבייגייער.

די עלטערן פונעם טעראריסט האבן אלאמירט די פאליציי אז זייער זון גרייט זיך צו דורכפירן אן אטאקע, אבער עס איז שוין ליידער געווען צו שפעט דאס צו אפשטעלן. היינט האבן טויזנטער באגלייט ר׳ ארי צו זיין לעצטן רוה אינאיינעם מיט זיינע 4 יתומים.

בילד



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל