נאכדעם וואס עס האט אויסגעזען אז די רעפובליקאנער האבן די נויטיגע שטימען און מען האט זיך געגרייט צום באשטעטיגונג פון ברעט קאוואנאו פאר׳ן סופרים קאורט' איז נעכטן ארויפגעשווימען א סקאנדאל ווען איינע איז אפירגעקומען מיט אן ערנסטע באשולדיגונג קעגן אים איבער אן אנגעבליכע פארברעכן וואס ער איז באגאנגען אלס יוגנטליכער מיט 35 יאר צוריק.

דער רעפובליקאנער סענאטאר זשעף פלעיק פון אריזאנע, א געשוואוירענער קעגנער צו פרעזידענט טראמפ, האט געזאגט אז ער וועט זיך איבערקלערן אויב ער וועט שטימען מיט זיין פארטיי צו באשטעטיגן ברעט קאוואנאו אלס סופרים קאורט ריכטער. אזוי אויך האבן די רעפובליקאנער באב קארקער פון טענעסי און ליסע מורקאווסקי פון אלאסקא גערופן צו אפשטופן דעם אפשטימונג וואס דארף צו פארקומען אין די קומענדיגע טעג, אבער אנדערע רעפובליקאנער זאגן אז די גאנצע סאמאטוכע איז א פרואוו פון די דעמאקראטן צו אפשטופן דעם פארהער ביז נאך די מיד-טוירםס, מיט די האפענונג אז זיי געווינען א מערהייט אין סענאט.

קאוואנאו לייקנט קאטעגארישע דעם גאנצן געשיכטע, און איז היינט געקומען אין ווייסע הויז פאר געשפרעכן מיט די טראמפ אדמינסטראציע איבער וויאזוי צו באהאנדלן דעם שטורעם.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל