אויב האט איר אריינגעטרעטן די לעצטע פופציג יאהר אין א ביהמ"ד צווישן מנחה און מעריב (לאו דוקא פונקט אינמיטן), אין גראסערי פופצן מינוט פאר'ן צושפארן, אין א קאָנטרי וואלי באָל קאָרט, א.א.וו., האט איר זיך זיכער באגעגנט מיט כאטש איין אלעס-ווייסער וואס שוימט פון מויל איבער די אומדערהערטע חוצפה פון די פרעזידענט, גאווערנאר אדער קאנגרעס מיט'ן דורכפירן א געוויסע געזעץ, רעזאלוציע אדער עקזעקוטיווע ארדער. און אויב דער געזעצגעבער איז יא פון די זעלבע פארטיי ווי יענער איז א זעלבס-דערקלערטער פאטריאט, דאן שוימט ער איבער די אומדערהערטע חוצפה פון דער וואס האט נישט צוגעלאזט די וואוילטעטיגער געזעצגעבער פון דורכפירן זיין הייליגע מיסיע.

די פראבלעם איז אבער מיט א צווייטער וואס קומט צו, און ווייסט די אלף בית פון "קורענט איווענטס" (נייעס) און פאליטיק, און יענעמ'ס פרעפרעלייען ווערט א איבל. פארוואס? ווייל יענער זאגט פראסט נאך ווארט-ביי-ווארט פון א ראדיקאלע טאָלק-שאָו, און האט נישט די מינדעסטע השגה וואס די ווערטער מיינען. "ווארט-ביי-ווארט" זאגט איך? טעות! ער פרובירט צו זאגן ווארט-ביי-ווארט, אבער ס'קומט ארויס ווערטער וואס איז א סגולה פאר פרנסה פאר די דענטיסט...

וואס עפעס רוף איך די חברה אן "ראדיקאל"? ווייל עס איז - אין אלגעמיין - נישט פארהאן קיין מעסיגע טאָלק-שאָו, און פאר גוטע סיבות. ווי יעדע ביזנעס, איז די טאָלק-שאָו ביזנעס עפעס וואס סערווירט די בענעפיט פון צוויי זייטן. די טאָלק-שאָו רעדנער(ס) האט אייגענע אינטערעסע (אדער די אינטערעסע פון דער וואס באצאלט אים), און די צוהערער וואס האט א הנאה פון די רעדע. די אינטערערסע איז אייביג צו בייגן א צווייטנ'ס מיינונג צו די אייגענע (אמער, קיינער גייט נישט האלטן א דרשה צו מענטשן וואס האלטן ממש די זעלבע ווי די רעדנער; אין ענגליש זאגט מען "פרעדיג נישט צו די כאר"). דער צוהערער, וויל אבער יא הערן עפעס לויט זיין אייגענע קנייטש. ער וויל נישט הערן א טאָלק-שאָו רעדנער פון די קעגענערישע פארטיי (כאטש וואס איך האב שוין באגעגנט מענטשן וואס זאגן אז זיי הערן יא, איז דאס אבער נישט די גאנצע אמת, ודו"ק). דערפאר זיצט דער אידל, און זאפט איין העצע פון זיין באליבטער רעדנער, וואס דרייט איבער א מעסיגער פארשטענדליגער מענטש, צו א ראדיקאלער.

צוריק צום היימישע פּאָליטיקאַנט. ער קען שוין האלבוועגס נאכזאגן געוויסע "טאָלקינג פּאָונטס" (שלאָג ווערטער און פראַזן), און שפירט פיוועריש איבער די טעמעס, כאילו עס גייט עם צום געזונט, אזש ער גלייבט שוין אליינס אז ער איז צוהיצט. למעשה איז ער נישט געהעריג אויסגעקאכט אין די טעמעס, און טאמיר איינער פרעגט איבער, פארלירט ער זיין גאנצע פּארע, זינט אלעס קומט ארויס ווי א קאַפּי-פּעיסט עם-פּי-3 פייל. אלע וויצן אין די זייט (געברענגט נאר ארויסצוברענגן די איראניע), איז א גרויסע בראך ווען א דור דעה איז דוקא געבויעט אויף די יסוד פון אומוויסנדשאפט.

וואס ווייסט ער יא?


רוב היימישע אידן האבן נישט די מינדעסטע איינונג וואס פאליטיק איז, און וואספארא לעבנ'ס-באשלוס מען מאכן ווען מען גייט וויילן פאר א קאנדידאט. מיר רעדן נישט פון די וואס ווייסן ממש גארנישט, ווייל כאטש ווייסן זיי ווי זיי שטייען. מיר רעדן איבער די וואס קענען די נעמען פון עטליכע פאליטישאנס, געדענקן צוויי-דריי סקאנדאלן, און האבן געלייענט האלבע דעטאלן, און געהערט די איבריגע פרטים פון יענע שוואגער וואס נעמט איבער די טיש יעדע שמחה...

עס איז פארשטענדליך פארוואס דער עולם קען נישט די נושא, און אפילו מער הערט קלארע זאכן איז שווער צו באגרייפן די וויכטיגקייט און שטרענגקייט דערפון.

וויפיהל קען א היימישער איד פארשטיין איבער קעפיטעל פּאָנישמענט - למשל? אויף וועלכע זייט זענט איר אדער א באקאנטע אמאל געווען? האט איר אמאל געהאט איינעם אויך די טויט רייע? וואוינט איר אין א הויכע ווילדע קריים געגנט? (מ'רעדט נישט פון גניבות א.ד.ג.)

האט איר א פריינט וואס האט פארלוירן א קינד צו גענג שיסעריי? אדער וואס האט גאר א זוהן וואס איז אין א גענג?

קענט איר א דראג-עדיקט?

אויף וואס איז געבויעט אייער פראספעקטיוו איבער פיסקעל פאליטיקס? אז דער גוי דארף געבן פאר'ן איד געלד, כי בשבילי נברא העולם אדער ווייל זיי נעמען גענוג...

אויף וואס איז געבויעט אייער פראספעקטיוו איבער סאשעל פאליטיקס? אויף די הגדרה אז די אמעריקאנער רעגירונג דארף האבן א מאראלישע סטאנדארן וואס זאל שטימען מיט אונזער תורה"ק?

אויף וואס איז געבויעט אייער פראספעקטיוו איבער אויסערן פאליטיק? אויף אייער אייגענע פרא אדער אנטי איזראעל שיטה, און דאס איבריגע וועלט איז אומרעלעוואנט און א שאג יעדעס פעני אדער סאלדאט וואס ווערט אהינגעשיקט. ריכטיג?

אויף וואס איז געבויעט אייער צופרידענהייט איבער טראמפ? ווייל ער האט באפרייט רובאשקין און פירט א אנטי-פאלעסטינער אגענדע?

אלעס איז פיין און וואויל, אבער די זאכען זענען נישט קיין לעגיטימע פאליטיק, נאר שיטות געבויט אויף זייטיג (כלפי די טעמע) פילינגס און שיטות. מ'קען אוודאי נישט פירן א לאנד פול מיט אנדערע בירגער געבויעט אויף אזעלכע שיטות.

אויף וואס איז געבויעט אייער אינפארמאציע? איר לאכט פון די מידיא, ווייל זיי זענען פעיק ניוז... וויאזוי זענט איר דאס געוואר געווארן? טראמפ, אלעקס דזשאונס, שאן העניטי, ראש ליבאו האבן אייך געזאגט? ווער איז אין א פאזיציע צו אנפלעקן די פאלשקייט פון די מידיא? ווער גייט אראפ צו די סצענע פון יעדע קריג, אינצידענט און באריכטעט קראנטערע אינפארמאציע? וואס איז למעשה אייער אלטערנאטיוו צו באקומען קראנטע איפארמאציע? מיא'ן רופן דעם אמת ליגנט און דאס ליגנט אמת, האט איר זיך איינס בעוול'ט, אבער קיינעם פאר'נער'ט...

איך מיין נישט אייך ספעציפיש, נאר די מענטאליטעט פון יעדער וואס האט א גאנצע מיינונג און פארשטאנד איבער עקאנאמיע (און קען נישט באלאנסירן די אייגענע טשעק בוך), איבער העלט קעיר (אבער איז קעגן די פלו-שאט און האט נאכנישט באצאלט א דאקטאר פון טאש אין לעבן), איז פרא רעפובליקאנער אדער דעמאקראטן (אבער האט נישט די מינדעסטע פארשטאנד וואס די ברייטערע ספעקטרום ערהאלט), אויסערן פאליטיק (אבער ווייסט נישט אין וועלכע קאנטינענט געפונט זיך אפילו צען לענדער, אדער וואספארא רעגירונג זיי פארמאגן), האנדל פאליסי (אבער איז שטרענג באזירט אויף עמעזאן קויף און פארקויף עקספיריענס), ראסע דעוויזיע (אבער די איינציגסטע ריכטיגע אנטיסעמיט אדער ראסיסט וואס איר אמאל באגעגנט, איז א פאליציאנט וואס האט אייך געשטריבן א טיקעט, אדער עמיוזמענט פארק וואס האט אויף נישט געלאזט אויפשטעלן א סוכה פאר ראשו ורובו ושולחנו), אימיגראציע (וויל מיר זענען שוין דא...), א.א.וו.

מזל טוב! יעצט ווייסט איר שוין איין זאך, אז איר ווייסט נישט... אבער, ביטע אנטלויפט נישט ביי שולחן עורך. מיר גייען אייך סערווירן די ערשטע אין א סעריע פון אינפארמאטיווע ארטיקלען.

וואס ווייסט ער נישט?

האלטס מיך ביטע נישט ביים ווארט, נישט אלעס דא וועט זיין נייעס צו יעדעם, אבער דאס זענען די אלף בית פון אמעריקאנער פּאָליטיק. איינער וואס האט דאס נישט ארויס, איז ככסיל בחושך הולך. די קומענדיגע שורות זענען געשריבן פאר איינער וואס האט שוין געלייענט אביסל פאליטיק און איז באוואוסט מיט די טערמינען און טעמעס.

פּאָליטישע קלאַסן

די באזונדערע פאליטישע אידעאָלאָגיעס אין אמעריקע, קען ווערן צעטיילט אין פיר באגריפן: ליבעראליזם טרייבט א פּראָגרעסיווע אגענדע מיט שטארקע פרייהייט, סאציאלע אויפגעקלערטקייט, קולטוראלע פארשידנארטיגקייט און א רעגירונג וואס איז אקטיוו אריינגעמישט אין די עקאנאמיע און סאציאלע לעבן מיט רעגולאציעס און סובסידיעס. קאנסערוואטיזם האלט זיך געווענליך צו א געוויסע סטאטוס-קווא (קאנסערוו = האלט אן) פון די פארגאנגענהייט (מיט געלד און מאָראַל) און האסן טויש, האלטן די קאנסטיטוציע איז הייליגער ווי סיי וואס, זוכן ווייניגער רעגירונג'ס אריימישונג. ליבערטעריענס ווילן שטארקע פרייהייט, אבער מיט מינימאלע רעגירונג'ס אריימישונג. פאפוליזם וויל א אויטאריטארישע רעגירונג, און האסט די עליטע.

עס זענען אויך פארהאן מעסיגע וואס האבן נישט קיין באזונדערע אידעאָלאָגיע, נאר איז א מעסיגע טייל פון איינע אדער מערערע אידעאָלאָגיעס. אויך אינעווייניג אין די רעכטע און אין די לינקע לאגער, זענען פארהאן סוב-קאטעגאריעס. צום ביישפיל, עס זענען פארהאן נאציאנאלע קאנסעוואטיוון און סאשעל קאנסעוואטיוון, די נאציאנאלע ווערסיע זענען געווענליך מער עקסטרעם און הארטנעקיג, און די סאשעל פלעוואר וועט זיין מער נאכגעביג, ספעציעל מיט די לאז-לעבן מענטאליטעט.

פאליטישע טעמעס


עס מוז פונאדערגעשיידט ווערן צווישן די פארשידענע פאליטישע ציהלן און די שלאג ווערטער אדער מיטלען מיט וואס יעדער באנוצט זיך. למשל די דעמאקראטישע פארטיי באשטייט אלס א באזע פון די מינאריטעט, און דערפאר וועט זי קעמפן פאר געוויסע אינטערערסן וואס איז נוגע פאר זיי, זינט זיי זענען געבינדען מיט די שטימעס. מיר וועלן פרובירן זיך צו האלטן נאר מיט די ציהלן, און אויסלאזן די מיטלען און "טאָלקינג פּאָונטס". יעצט צו די טעמעס, בעזהשי"ת.

רעגירונג: איינע פון די פונדאַמענטאַלסטע צווישנשיידן צווישן די פארשידענע אידעאָלאָגיעס, קען געטראפן ווערן איבער די ראלע וואס די רעגירונג שפילט אין די לעבן און לעבנסשטייגער פון אירע בירגער. מערסטענס פון די פאלגענדע טעמעס, וועלן דערמאנען וויאזוי יעדער זעהט די רעגירונג'ס ראלע אין יענע טעמע, אבער א פונדאַמענטאַלע אידעאָלאָגיע ביי די קאנסעוואטיוון - און נאכמער ביי די ליבערטעריענס - איז אז די רעגירונג זאל אוועקשטיין פון די מענטשן, און זיך מישן נאר די מינומום וואס עס פעלט זיך אויס, און אפילו דאן, נאר צו די שטאפל וואס עס פעלט אויס. למשל, וואס עס קען אויסגעפירט ווערן דורך די סטעיט (פון וואס עס פעלט שוין יא אויס), זאל די פעדעראלע רעגירונג אינגאנצן אוועקשטיין. לויט די ריכטיגע ליבערטעריען אידעאָלאָגיע, דארף די פעדעראלע רעגירונג אויסהאלטן אן ארמיי און גרעניץ וואך, און כמעט גארנישט מער. די ליבעראלן גלייבן אז עס פעלט אויס א רעגירונג וואס זאל פארזיכערן א פולקאמער פרייהייט.

פינאנץ: אין מערסטענס פינאנציאלע ("פיסקעל") טעמעס, זענען די קאנסעוואטיוון און ליבערטעריענס אויף די זעלבע בלאט: שפּאָרזאַם, קעגן רעגולאציעס, קעגן געצווינגענע צדקה (אינטייטלמענט פראגראמען), קעגן שטייערן. וחילופיהן מיט די ליבעראלע און פאפוליסטן. אויך, די קאנסעוואטיוון וועלן זיך אייביג אננעמען פאר די ביזנעס אייגענטומער, און די ליבעראלן וועלן אלס זוכן די בענעפיט פונעם ארבעטער.

סאשעל: אין אלע סאשעל טעמעס זענען די ליבעראלע, ליבערטעריענס און פאפוליסטן אויף איין פארשטאנד, אז די רעגירונג זאל צולאזן און אייניג באנעמען אלע סארטן מענטש פון די פארשידענע גלויבנס און מאָראַלן, און ליידער אומגלויבנס און אוממאָראַלן, א ברייטע טאלאראנץ פאר תועבה, אַבאָרטאַציע א.ד.ג. די קאנסערוואטיוון ווילן אנהאלטן אמאליגע ווערדן.

רעליגיע און חינוך: באמת א טייל פון די סאשעל טעמע, אבער איז א נושא פאר זיך. ביידע זייטן זענען פּראָ רעליגיע פרייהייט, די פראגע איז נאר וויאזוי מען טייטשט אפ די ווארט "פרייהייט"... קאנסעוואטיוון לערנען אז פרייהייט מיינט אז די רעליגיעזע האבן די פרייהייט צו טוהן וואס לוינט זיי, און ליבעראלן זעען רעליגיע פרייהייט, א פרייהייט פון קיין רעליגיע. עס קלאפט שטארק אויס אין די שולע סיסטעם פונעם לאנד. אסאך קאנסעוואטיוון לייגן זייערע קינדער אין פריוואטע רעליגיעזע שולעס, און דערפאר ווילן זיי זעהן מער פאנדן פאר די פריוואטע שולעס, ווי אויך ווילן זיי וואס מער אפנקייט אין די פובליק סקול סיסטעם צו רעליגיעזע טראדיציעס (לערנען איבער פארשידענע געשיכטעס וואס זיי גלייבן), אבער קיין אפנקייט איבער ליבעראלע אנשויענישן, ווי תועבה. די ליבעראלן לייגן געווענליך אין פובליק סקול, און ווילן נישט אז די לעהרער זאך אריינשטופן רעליגיע אין די קאפ פון די קינדער, און ענדערש לערנען איבער זייער אומגלויביגע ווערסיע פון די וועלט'ס היסטאריע. זינט די רעגירונג האט א באשטימטע סומע געלד וואס זי וויל אריינלייגן אין די חינוך בודזשעט, וועלן די ליבעראלן פארלאנגן אז וואס ווייניגער זאל גייט צו די פריוואטע שולעס.

געזעץ, קרימינאל און לאָו ענפאָרסמענט: די קאנסערוואטיוון זענען קעגן איבריגע שטרענגע געזעצן אבער ווילן שטרענגערע פאליציי און געריכט אורטיילן אויף פארברעכער. די ליבערטעריענס זענען נישט קיין סאך אנדערש, אבער זענען גאר שטארק קעגן יעדע געזעץ וואס פעלט נישט אויס (לשיטתם). די ליבעראלע זענען קעגן שטרענגע פאליציי אבער האבן ליעב שטארקע אנטי-גאן געזעצן א.ד.ג.

אינטערנאַציאָנאַל, מיליטער און קריג: די מיליטער איז נאך האלב פשוט, די קאנסערוואטיוון ווילן א שטארקע מיליטער וואס זאל זיין צום שטאלץ פונעם לאנד, און די ליבעראלן ווילן א באשיידענע מיליטער, וואס ווארפט נישט קיין שרעק אויף אנדערע (און דערפאר וועלן זיי אונז - טעאריש - נישט פיינט האבן). מיט די טעמע פון מלחמה, ווערט די פאליטיק זייער קאמפלעצירט. אויב איז די רעדע פון א נקמה אטאקע, זענען די קאנסערוואטיוון "אָלל אין", און ווילן אריינווארפן די אייגענע קינדער אלס זעלנער, און דער ליבעראל שרייט אז וועלטס-שלום איז די איינציגסטע אפציע וואס קען ארבעטן, און איז זייער צוריקגעהאלטן פון זיך גיין שלאגן. ווידעראום אויב די רעדע איז פון די נייע סארט "באפרייאונגס קריג", א שטייגער ווי אין סיריע ווי מיר גייען אריין צו ראטעווען די געטשעפעטע, דאן וועלן די ליבעראלע אריינשפרינגן, און דער קאנסערוואטיוו וועט פרעגן וואס האבן מיר מיט די מינאריטעט פון עפעס א ווייטע לענדל? אז שוין יא געכאפט א טעראריסט, וועט דער קאנסערוואטיוו זוכן צו אויספרעגן און אויספארשן בכל חומרת הדין, אריינגערעכנט מיט פייניגונגען, און דער ליבעראל זאגט אז כאטש די אמעריקאנער געזעץ באשיצט נישט דעם אויסלענדער, דארפן מיר זיך צוריקהאלטן פון זיך באנוצען מיט בארבארישע מיטלען.

ראסע: היסטאריש איז די פאליטישע ראסע טעמע צומישענדיג, און היבש א פּאַראַדאָקס. אז מער שרייבט איבער ראסע, קומט אויף די שקלאפעריי געשיכטע. גראדע זענען די קאנסערוואטיוו געווען קעגן שקלאפעריי, און די ליבעראלן זענען געווען די קאנפעדארעיטס. היינט וועלן די ליבעראלן פארלאנגען אינסענטיוון פאר די מינאריטעטן (ווי אפירמאטיווע עקשאן), ביז צו די שטאַפּל פון פארגוטיגונג, און דער קאנסערוואטיוו וויל אז די גלייכקייט זאל זיין גלייך ממש.

עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן איבער יעדע פון די טעמעס, ווי אויך די "פארוואס" וואס טרייבט דוקא יעדע פארטיי צו א געוויסע אידעאָלאָגיע, "ווער" איז דער טיפישער מיטגליד צו וועלכע פארטיי, וואס האט ראסע, בילדונג און פאַרדינסטן מיט אידעאָלאָגיע? ועוד חזון למועד.

וועלכע פארטיי איז בעסער?

די ענטפער צו די פראגע איז נישט אז עס איז נישט פארהאן קיין ענטפער, נאר אז די פראגע איז קיין פראגע נישט. אויב שוין יא פרעגן, פרעגט ענדערש וועלכע פארטיי איז ווייניגער שלעכט...

דאס איז א ברייטע טעמע וואס מיר וועלן אדרעסירן אין א קומענדיגע געלעגנהייט, אי"ה.

מיר ווילן הערן פון אייך!

מיר האבן איבערגעלאזט עטליכע אומפארענדיגטע טעמעס, וואס מיר וועלן זיך צוריקקערן, אויב די אינטערערסע וועט דאס פארלאנגען. מיר קוקן ארויס צו הערן פון אייך קאמענטארן, קריטיק, פארלאנגן א.א.וו. ביטע פארבינדט זיך מיט די רעדאקציע.


בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל