די טראמפ אדמינסטראציע האט גענומען אן אומגעווענליכן שריט דעם שבת, און געמאלדן דאס אפשליסונג פון די ביוראען פונעם דעם פאלעסטינער באפרייאונגס פראנט, די פּי.על.או. (PLO), וועלכע געפונען זיך אין וואשינגטאן און דינט אלס אומאפיציעלע קאנסולאט פאר די פאלעסטינער אויטאריטעט צו אמעריקע.

זינט פרעזידענט טראמפ האט אנערקענט ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל, האבן די פאלעסטינער געלייגט א באיקאט אויף אמעריקאנער דיפלאמאטיע און זיך אנטזאגט צו פארהאנדלן מיט אמעריקע אלס פארמיטלער אינעם סכסוך מיט מדינת ישראל. דאס האט געברענגט די אדמיניסטראציע צו נעמען א רייע שריט, צו צווינגען די פאלעסטינער צו קומען צום טיש.

אמעריקע האט דעריבער אין די לעצטע וואכן אפגעשטעלט הונדערטער מיליאנען דאלער אין דירעקטע און אומדירעקטע הילף שטיצע פאר די פאלעסטינער. און אצינד האט די אדמינסטראציע גענומען די אומגעווענליכע שריט, פון אפשפארן די פאלעסטינער הויפטקווארטירן אין וואשינגטאן.

פרעזידענט טראמפ האט קלארגעשטעלט, אז ער וועט נעמען מער שריט צו דרוקן אויף די פאלעסטינער צו קומען צום טיש. אבער דערווייל האבן די פאלעסטינער רעאגירט מיט שארפע רעטאריק, און געזאגט אז זיי וועלן אפהאקן אלע באציאונגען מיט אמעריקע, און זוכן אנדערע שטיצער אויפ׳ן אינטערנאציאנאלן ארענע.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל