נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט זיך עפנטליך באקלאגט איבער דעם וואס מען זעט נישט קיין פארשריט פון צפון קארעא איבער נוקלעארע אנטוואפענונג, האט דער דעספאט קים יאנג אָן צוגעשיקט נאך א בריוו צו פרעזידענט טראמפ אין וועלכע ער רופט פאר ווייטערדיגע פארהאנדלונגען.

דער בריוו איז נישט פארעפנטליכט געווארן, אבער איז באצייכנט געווארן דורך ווייסע הויז באאמטע אלס ״גאר ווארעם און פריינטליך״, און ער לאדענט פרעזידענט טראמפ צו אפהאלטן נאך א סאמיט צו דיסקוטירן די פארשריט אינעם פראצעס פון דע-נוקלעאריזאציע.

דאס קומט נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט עפנליך באגריסט קים יאנג אן, איבער דעם וואס ביים לעצטן פאראדע וואס דער רעזשים האט אפגעהאלטן צו אפצייכענען 70 יאר צו איר עקזיסטענץ איז נישט פארגעשטעלט געווארן קיין נוקלעארע וואפנס ווי געווענליך, און עס ווערט געזעהן אלס א צייכן פון פארשריט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל