בילד

גאווערנאר קאומא האט געווינען די דעמאקראטישע פּריימערי צו לויפן פאר א דריטן טערמין אלס גאווערנאר, נאך א שווערן און טייערן קאמפּיין ווען ער האט באזיגט זיין קעגנער סינטיע ניקסאן מיט ארום די זעלבע שטארקייט וואס ער האט געוויזן פיר יאר צוריק ביים באזיגן זיין דעמאלט'דיגע קעגנער, זעפיר טיטשאוט, די פּראפעסאר וואס איז היי יאר געלאפן - און האט פארלוירן - פאר אטוירני דזשענעראל.

מען האט געזען אן אויסערגעווענליכע שטארקע אינטערעסע ביים פאלק, ווען עס איז היי-יאר געווען א פיל גרעסערע וויילער באטייליגונג ווי 4 יאר צוריק.

עס זענען געווען פּריימערי פארמעסטן פאר מערערע אמטן אין ניו יארק, און עס דארף באטראכט ווערן ווי א שטארקער זיג פאר קאומא אז נישט נאר האט ער געווינען זיין פּריימערי פארמעסט, נאר עס האבן אויך געווינען די אנדערע "אפיציעלע" קאנדידאטן וועלכע זענען אינדארסירט געווארן דורך די דעמאקראטישע פּארטיי, נעמליך לוטענאנט גאווערנאר קעטי האקול און אטוירני דזשענעראל קאנדידאט לעטישא דזשעימס. (סטעיט קאנטראלער טאמאס דינאפּאלי האט נישט געהאט קיין פּריימערי.) אזוי לויפט איצט קאומא מיט זיין גאנצן "טיקעט", כאטש האקול און דזשעימס האבן יא "דורכגעלעבט" גאר שווערע קאמפּיינס.

דער הויפּט מעסעדזש פון די פּריימעריס דאנערשטאג איז געווען, אז די לינקע עלעמענטן האבן געווינען אין ניו יארק. די פיינטשאפט צו פּרעזידענט טראמפּ האט אריינגעברענגט פרישע כוחות אין די דעמאקראטישע פּארטיי, איבערהויפּט ביי יונגע וויילער, און מען האט דאס געזען נישט בלויז ביים קאמפּיין פאר די הויפּט אמטן, אז זיי האבן געשטעלט דעם טאן אז עס איז געווארן א פארמעסט ווער עס קען שארפער ארויסטרעטן, מער אראפּרייסן פּרעזידענט טראמפּ, נאר דאס האט זיך אויך גאר שטארק אנגעזען אין אנדערע פּריימערי פארמעסטן ווען די לינקע קאנדידאטן - וועלכע נוצן דעם שענערן אויסדרוק "פּראגרעסיווע" - האבן אפּגעהאלטן זיגן אין כמעט אלע זייערע פארמעסטן.

גאר שטארק האט זיך דאס ארויסגעזען ווען די פראגרעסיווע האבן זיך פארלייגט אויף די דעמאקראטישע סטעיט סענאטארן וועלכע האבן אין די לעצטע יארן געשטימט מיט די רעפּובליקאנער, וואס אזוי האבן די רעפּובליקאנער געקענט אנהאלטן קאנטראל אויפ'ן סטעיט סענאט אפילו ווען די דעמאקראטן האבן געהאט א שמאלע מאיאריטעט. דזשעף קליין, א לאנג-יעריגער סטעיט סענאטאר פון בראנקס איז אדאנק דעם געווארן איינע פון די מאכטפולסטע פּאליטישאנס אין די סטעיט. ער איז געווען דער פארזיצער פון די "זעלבסטשטענדיגע דעמאקראטישע קאנפערענץ", וואס איז עווענטועל באשטאנען פון אכט דעמאקראטישע סענאטארן וואס האבן געשטימט מיט די רעפּובליקאנער, און די רעפּובליקאנער מאיאריטעט האט זיי אדאנק דעם געגעבן פארשידענע פּריווילעגיעס און געווינסן וואס זיי וואלטן נישט באקומען ביי די דעמאקראטן. קליין איז אפילו געווען א געהילף מאיאריטעט פירער און האט באקומען דעם כבוד צו באטייליגן זיך ביי די יערליכע בודזשעט קאנפערענצן וואס געווענליך קומט עס פאר צווישן די דריי מאכטפולסטע פּאליטישאנס, דער גאווערנאר, אסעמבלי ספּיקער און סענאט מאיאריטעט פירער, אבער די לעצטע פּאר יאר איז אויך קליין געזעצן אין צימער. ער האט זיך בארימט אז ער האט באוויזן דורכצושטיפּן פארשידענע ליבעראלע געזעצן, ווי די מינימום לוין העכערונג, ווען די רעפּובליקאנער סטעיט סענאטארן האבן אים געמוזט באפרידיגן, אויף פארשידענע פארלאנגען, צוליב מורא אז זיי וועלן פארלירן קאנטראל פונעם סענאט.

גאווערנאר קאומא האט נישט צופיל פארפירט קעגן די "קליין באנדע". אויך דאס איז געווען איינע פון די טענות וואס ניקסאן האט גענוצט אין איר קאמפּיין קעגן קאומא, אז ער האט געלאזט די רעפּובליקאנער קאנטראלירן דעם סענאט, און ער האט נישט אריינגעלייגט גענוג כוחות צו מאכן ארדענונג ביי די דעמאקראטן, אזוי ווי ער האט טאקע עווענטועל געטוען עטליכע מאנאטן צוריק ווען ער האט געצווינגען א שלום אפּמאך אונטער וואס די קליין באנדע זאל צוריקקומען צו די דעמאקראטן.

די רעפּובליקאנער זענען אבער נאך אלץ געבליבן אין קאנטראל ווייל עס איז טאקע געווען 32 דעמאקראטן קעגן 31 רעפּובליקאנער, אבער שמחה פעלדער, דער דעמאקראטישער סטעיט סענאטאר וואס פארטרעט בארא פּארק און פלעטבוש, האט פון זיין ערשטן טאג אין סענאט זיך געשטעלט מיט די רעפּובליקאנער, אזוי זענען די רעפּובליקאנער געבליבן די בעלי בתים אין סענאט.

עס איז טאקע געקומען א שטארקער דרוק פון גאווערנאר קאומא אויך אויף פעלדער, אז אויך ער זאל "צוריקקומען" צו די דעמאקראטן, אבער ער האט געזאגט אז ס'איז נישט רעכט צו טוישן אינמיטן יאר. ווען די סעסיע וועט זיך ענדיגן, ווען עס וועט קומען א נייער סענאט, וועט ער דאן זען ווי אזוי צו האנדלען.

דעמאקראטישע אקטיוויסטן האבן נישט געקענט אראפּשלינגען דעם פארראט פון די דעמאקראטישע סענאטארן וואס זענען געגאנגען מיט די רעפּובליקאנער, האבן זיי היי-יאר ארויסגעשטעלט קאנדידאטן צו לויפן קעגן יענע דעמאקראטישע סענאטארן, און מען וועט "מאכן ארדענונג". א סאך געלט און א סאך כוחות איז אריינגעגאנגען אין די דיסטריקטן וואו מען איז געלאפן קעגן די "פאררעטער", און איינע פון די איבערראשנדע רעזולטאטן פון דאנערשטאג אווענט איז געווען, אז עס איז געלונגען פאר די "אויפשטענדלער" צו באזיגן כמעט אלע פון די פאררעטער- דעמאקראטן!

אלעקסאנדרא ביאדזשי, האט פעסט באזיגט סענאטאר דזשעף קליין פון בראנקס, וואס וועט ברענגען צו אן ענדע די 14 יעריגע קאריערע פון דעם אמאליגן מאכטפולן קליין. ביאדזשי האט באקומען ארום 18,000 שטימען, ארום 55 פּראצענט, צו ארום 15,000 שטימען, 45 פּראצענט פאר קליין, וועלכער האט פארשווענדט איבער 2 מיליאן דאלאר – פילייכט מער ווי נקסאן האט פארשווענדט אין איר גאווערנאר קאמפּיין! – אין זיין דורכפאל.

עס איז געווען זייער א העפטיגער קאמפּיין. די סטעיט סענעאטארן וועלכע האבן באקומען פּריימעריס זענען ארומגעגאנגען אקטיוו קאמפּיינען אין זייער דיסטריקט, לערנענדיג זיך פון דעם דעמאקראטישן פּארטיי פירער פון קווינס, דזשאסעף קראולי, וועלכער האט נישט גענוג ערנסט גענומען דעם קאמפּיין קעגן זיך פון די סאציאליסטישע לינקע יונגע אקטיוויסט אלעקסאנדריע אקאסיא- קארטעז, און קראולי האט פארלוירן! צוליב דעם האבן אלע פּאליטישאנס היי יאר אויסגעגעבן גרויסע געלטער און שטארק קאמפּיינט, אבער דער שוואונג איז היי יאר געווען מיט די לינקע קאנדידאטן, און קליין איז אויך געפאלן א קרבן.

זעקס סענאטארן, אריינגערעכנט פינף געוועזענע מיטגלידער פון די אויפגעלעזטע "זעלבסטשטענדיגע דעמאקראטישע קאנפערענץ" זענען באזיגט געווארן דאנערשטאג, וואס איז א שטוינענדע אנטוויקלונג אין אזא סטעיט ווי ניו יארק, וואו עס טרעפט זיך כמעט קיינמאל אז א פּאליטישאן וואס איז אין אמט זאל פארלירן!

*

די לינקע האבן ארויסגעשטעלט בלעיק מאריס צו לויפן קעגן פעלדער, אבער אדאנק די שטארקע מאביליזאציע פון די חרדי'שע מוסדות און עסקנים, האבן די חרדי'שע וויילער איינגעזען וואס פארא געפאר עס וועט זיין פאר חרדי'שע אינטערעסן אויב אזא לינקער חברה מאן ווי מאריס קומט אריין אין אמט, איז מען ארויסגעגאנגען שטימען אין די מאסן כאטש עס איז געווען אין די עשרת ימי תשובה טעג ווען מען איז פארנומען מיט אנדערע זאכן.

די ענדגילטיגע רעוזלטאטן אינעם 17'סטן סענאט דיסטריקט אין ברוקלין האט געוויזן אז פעלדער האט באקומען 197,15 שטימען, 65.9 פּראצענט, און מאריס האט באקומען 7,845 שטימען, 34.1 פּראצענט.

*

א דראמאטישער זיג פאר די לינקע עלעמענטן איז געקומען אין דעם 18'טן סענאט דיסטריקט, וואס באשטייט הויפּטזעכליך פון בושוויק און די שפּאנישע געגנטער פון וויליאמסבורג, אבער נעמט אויך אריין די פּראדזשעקטס וואו די חרדי'שע אידן וואוינען ווי אויך טייל פון "ניי-וויליאמסבורג". דארט האט די לינקע סאציאליסטישע 27 יעריגע זשוליא סאלאזאר געווינען מיט 20,603 שטימען, 58.5 פּראצענט, צו 14,614 שטימען, 41.5 פּראצענט פאר סענאטאר מארטין דילאן.

עס האט נישט געהאלפן פאר דילאן זיין לאנג-יעריגע געטרייע דינסט פאר די קאמיוניטי, די געוואלדיגע אויפטוען וואס ער האט צוגעשטעלט פאר די שפּאנישע איינוואוינער אין לויף פון די יארן וואס ער איז אין רעגירונג דינסט און אויך די טובות און פּראגראמען וואס זיי האבן באקומען פון די אנדערע דילאן פאמיליע פּאליטישאנס. עס האט אים אויך נישט געהאלפן אז מען האט געכאפּט סאלאזאר ביי איין ליגנט נאכ'ן צווייטן, וואס אפילו איר איצטיגער "פּראגראסיווער" קאמפּיינען איז אויך מעגליך געווען בלויז צוליב אירע פּאליטישע חשבונות, ווייל זי איז נישט אזוי לאנג צוריק נאך געווען אן עקסטרעמע רעפּובליקאנער!

עס האט זיך אויך געווירבלט פראגעס איבער איר אפּשטאם, און ווען זי האט זיך פארגעשטעלט אמאל אז זי איז פון אידישן אפּשטאם, פילייכט ווייל דאס האט געדארפט אויסזען גוט פאר'ן קאמפּיין, איז דערנאך געקומען אויפקלערונגען פון אנדערע, אז דאס איז נישט ריכטיג, און איר אייגענער ברודער האט געזאגט אז ער האט קיינמאל נישט געהערט אין שטוב רעדן אז זיי זענען פון אידישן אפּשטאם.

דער סאלאזער שטארקער זיג איז געווען נאך א לעקציע אז מען האט אריינגעטרעטן אין א נייע נאך-טראמפּ עפּאכע. עס האט איר נישט געשאדט אז מען האט זי געכאפּט ביי ליגנט נאך ליגנט, ווייל מען הויבט זיך אן צוגעוואוינען צו דעם באגריף פון "אלטערנאטיווע פאקטן". אויב עס איז שוין נישט קיין פעלער אז אפילו א פּרעזידענט זאגט ליגנט נאך ליגנט, פארוואס זאל מען ערווארטן בעסער'ס פון עפּעס א יונגע ראצערטע וואס לויפט פאר עפּעס א סטעיט אמט ערגעץ אין ברוקלין?...

אין קורצן, דער שוואונג אויף לינק, די האס צו טראמפּ, און דורכדעם צו די רעפּובליקאנער, און גייענדיג ווייטער אויך צום גאנצן עסטאבלישמענט, איז היי יאר זייער שטארק ארויסגעקומען צום אויסדרוק אין ניו יארק, וואס מען זעט עס אויך אין אנדערע פּלעצער איבער'ן לאנד, און מען האט עס ערשט עטליכע מאנאטן צוריק אין יוני געזען ווען דער לאנג-יעריגער מאכטפולער קאנגרעסמאן פון קווינס דזשאסעף קראולי האט פארלוירן צו א לינקע אקטיוויסט. עס איז דאנערשטאג ווידעראמאל שארף געקומען צום אויסדרוק אין די פּריימעריס, וואס דילאן איז געווען איינער פון די קרבנות וואס צו זיין שלימזל האט ער באקומען א פּריימערי פון אזא לינקע "פּראגרעסיווע" קאנדידאט וועמען די וויילער האבן באטראכט אלס מער געאייגנט צו קעמפן פאר זייערע אינטערעסן, און צו באקעמפן טראמפּיזם.

אגב האט דילאן גענאסן פון הכרת הטוב פון די אידישע וויילער, באקומענדיג זייערע שטימען, אבער ווען עס איז געווען אזא "לענדסלייד" אטמאספערע פאר לינקע אומערפארענע "אויפשטענדלער", האבן די שטימען פון די פּאר אידישע וואל דיסטריקטן נישט געקענט דאס מאל באאיינפלוסן דעם וואל אויסגאנג לטובת דילאן.

סאלאזאר וועט איצט פּרובירן פארטרעטן איר גאנצן דיסטריקט, און ווי עס פירט זיך געווענליך נאך אזעלכע שווערע פּריימעריס, וועט א נייער פּאליטישאן זיך רעכענען מיט קאמיוניטיס וואס ווייזן ארויס הכרת הטוב, און האפנטליך וועט סאלאזאר פארטרעטן אויך די חרדי'שע אינטערעסן.

*

אין אן אנדערן דיסטריקט אין ברוקלין, אין 20'סטן דיסטריקט וואס נעמט אויך אריין טיילן פון קרוין הייטס, איז פארגעקומען זייער א העפטיגער פארמעסט וואו עס האט געווינען זעלנאר מאריא, וועלכער האט באקומען 22,601 שטימען, 54.1 פּראצענט, קעגן סענאטאר דזשעסי העמילטאן, וועלכער איז געווען פון די "קליין גרופּע" און האט באקומען 19,138 שטימען, 45.9 פּראצענט. דאס איז געווען א קאמפּיין פון צוויי שווארצע קאנדידאטן אין א שווארצן דיסטריקט, אבער ווען די רעדע איז פון אזא העפטיגן קאמפּיין און נאענטן וואל אויסגאנג, האט געשאדט פאר העמילטאן אז מען האט געקענט קאמפּיינען קעגן אים אז ער איז א פאררעטער ווייל ער האט געשטימט מיט די רעפּובליקאנער, און האט זיי געהאלטן ביי די מאכט אין סענאט.

איינער פון די "הויפּט קנאקערס" פון די קליין גרופּע איז געווען סטעיט סענאטאר טאני אוועלא פון 11'טן דיסטריקט אין קווינס. בלויז עטליכע מאנאטן צוריק האט דער געוועזענער שטאטישער קאנטראלער דזשאן לו באשלאסן אז ער וועט לויפן קעגן אוועלא, און לו האט געווינען! ער האט באקומען 12,133 שטימען, 52.8 פּראצענט צו 10,846 שטימען, 47.2 פּראצענט פאר אוועלא. אזוי איז געפאלן נאך א קרבן פון די קליין באנדע, כאטש אוועלא איז געווען אן ערפארענער לאנג יעריגער סענאטאר.

דזשעסי ראמאס האט באזיגט כאזעי פּארעלטא אין 13'טן דיסטריקט פון קווינס. אויך דארט איז געווען אן ענגער אויסגאנג, מיט 12,181 שטימען, 54.9 פּראצענט, פאר ראמאס, צו 10,021 שטימען 45.1 פּראצענט פּאר פּארעלטא, אבער איבעראל וואו עס איז געווען אזא נאענטער אויסגאנג, האבן די דעמאקראטן צוריקגעוויזן דעם סענאטאר וואס איז געווען פון די פאררעטער באנדע.

בלויז איין סענאטאר פון די קליין גרופּע וואס האט געהאט א פּריימערי, האט געווינען. דאס איז דייען סאווינא פון 23'סטן דיסטריקט וואס פארטרעט סטעטן איילאנד און געוויסע קאנסערוואטיווע געגנטער פון ברוקלין, ממילא איז נישט קיין וואונדער אז זי האט געווינען, ווייל ביי די עלעמענטן איז דאך גאר א מעלה צו האלטן זיך מיט די רעפּובליקאנער. סאווינא האט באקומען איבער 67 פּראצענט פון די שטימען און די אנדערע צוויי דעמאקראטישע קאנדידאטן האבן זיך צעטיילט מיט די איבריגע שטימען.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל