וואַשינגטאָן, די.סי. - פלאָרידע סענאַטאָר מאַרקאָ רוביאָ האט געהאט א ווערטער-געפעכט מיט דעם ראַדיקאַלער קאָנספּיראַציע-טעאָריסט אַלעקס דזשאָונס, נאכדעם וואס דזשאָונס האט אים קאָנפראָנטירט און אים אָנגעכאַפט אינדרויסן פון א סענאַט שפּיאָנאַזש קאָמיטע פאַרהער.

אויב די קאָנגרעס געביידע האט נאָכנישט געזעהן גענוג דראַמאַ די לעצטע טעג, האט דער עקסטרעמער "אָלט-רייט" דזשאָונס כסדר אריינגעהאקט ווען רוביאָ האט געענטפערט פראגעס צו די מידיא, אינדרויסן פון די סענאַט שפּיאָנאַזש קאָמיטע פארהער אויף פעיסבוק, טווויטער און גוגל.

דזשאָונס האט איבערגע'חזר'ט אז די דעמאָקראַטן שטייען אונטער א ברייטע קאָנספּיראַציע, אנגעפירט און באצאלט דורך די טעכנאָלאָגיע אינדוסטריע, צו צענזורירן זיינע דרשות וואו ער שיסט פעך און שוועבל אויף יעדער וואס שטייט נישט מיט זיינע טעאָריעס. ער האט געזאגט אז רעפובליקאנער אזויווי רוביאָ לייקענען אז די אומ'יושר'דיגע צענזור עקזיסטירט נישט, אבער עס קומט באמת פאָר אויף א ברייטע פארנעם. רוביאָ האט אים אוועקגעמאכט, פרעגענדיג עטליכע מאל "איך ווייס טאקע נישט, ווער ביסטו?" און אים געזאגט "איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון דיר".

ביי א געוויסע פּונקט, האט רוביאָ אנגעהויבן צו רעדן מיט די הענט... אַ שטופּ דאָ, און אַ קלאַפּ דאָרט. רוביאָ האט אים געזאגט, "איך בעט ריר, כאַפ מיך נישט אן. איך האב נישט ליב צו ווערן אנגערירט". דזשאָונס האט זיך גלייך ארויפגעכאפט דערויף, "אַהאַ, דו ווילסט איך זאל ווערן אַרעסטירט?", כאילו ער זאל אים האבן געסטראשעט אזוי. רוביאָ האט אים געענטפערט, "דו וועסט נישט ווערן אַרעסטירט. איך קען דיך אליינס באַהאַנדלען". דזשאָונס איז אויפגעשפרינגען "אָהה, דו גייסט מיך אָנשלאָגן?! דו ביסט ממש א קליינער געגענסטער כוליגאַן." דזשאָונס האט זיך דאן אויסגעדרייט צו די קאמעראַס און זיי דערציילט (ווי זיי האבן נישט געזעהן - און אָפּגעכאַפט - אַלעס וואָס דאָ האָט זיך אָפּגעשפּילט) אז "רוביאָ האט נארוואס מיך געסטראשעט אז ער וועט מיך פיזיש באהאנדלען"...



זהירות: נשים


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל