פראַנקרייך - דער פראַנצויזישער פּרעזידענט עמאַניועל מאַקרון, האט זיך באטייליגט ביי א צערעמאָניע אין בעפארברייטונג צו ראש השנה, אין די גרויסע שוהל אין פאריז. דאס איז די ערשטע מאל וואס א פראנצויזישער פרעזידענט, זייענדיג נאך אין אפיס, באטייליגט זיך ביי אן אידישע צערעמאניע.

פרעזידענט מאַקרון האט נישט געגעבן קיין רעדע, צוליב די פראנצויזישער געזעץ אז א פרעזידענט טאר נישט געבן קיין רעדעס ביי רעליגיע'זע פארזאמלונגען. דער געוועזענער פרעזידענט ניקאלעס סארקאזי, דער פראנצויזישער סענאט פירער און דער פאריזער מעיאר האבן זיך אויך באטייליגט ביי די צערעמאָניע.

איינע פון די אידישע רעדנערס האבן ארויסגעברענגט ווי שטארק די לאנד ליידט פון אנטיסעמעטיזם, זאגענדיג: "אונזערע קינדער מוזן פארלאזן זייער היים-לאנד, וויבאלד די לאנד ווערט ווי א גלות פאר אידן".

בילד

באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל