ענגלאנד קלאגט אן צוויי רוסישע בירגער פאר די סקריפאל אטאקע
לאָנדאָן - ענגלאַנד האט אנגעקלאגט צוויי רוסישע בירגער, פאר'ן אומברענגען א געוועזענער רוסישער שפיאָן מיט זיין טאכטער.

די בריטישע פאליציי האט ארויסגעגעבן בילדער פון די צוויי אנגעקלאגטע, זאגענדיג אז די צוויי זענען רוסישע שפיאנאזש אגענטן, וואס זענען געשיקט געווארן פון די הויכע פענסטער פון רוסלאַנד אין מערץ, ספעציפיש אומצוברענגען סערגעי סקריפּאָל, דורך נאַוויטשאָק (א ביאַלאָגישע וואפן).

ביי די אטאקע זענען אומגעברענגט געווארן אויך ציווילע, ווי סערגעי'ס טאכטער און א פאליציי-מאן וואס איז אנגעקומען די ערשטע צו די אינצידענט, אויך איז א פרוי געשטארבן עטליכע וואכן שפעטער, נאכדעם וואס זי האט געטראפן דעם פלאש ווי עס איז געלעגן די גיפט, מיינענדיג אז ס'איז א פּעפיום, און איר מאן איז שווער קראנק געווארן.

די בריטישע פאליציי האט אידענטיפיצירט די צוויי רוסישע בירגער וואס זענען ארייגעקומען אין לאנד מיט רוסישע פאַסן, אלס אלכסנדר פעטראָוו און רוסלאַן באשיראָוו.

בילד

באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל