פעדעראלע און לאקאלע באאמטע פאלגען נאך מיט זארג דעם האריקעין פלארענס, וועלכע האט זיך פארמירט אינעם אטלאנטישן ים, און איז ערווארטעט צו אנפאלן די אמעריקאנער ברעגעס אלס א קאטעגאריע 4 האריקעין, מיט ווינטן פון איבער 140 מ.פ.ש., און מעגליך אפילו אלס קאטעגאריע 5 מיט ווינטן פון 175 מ.פ.ש. אדער מער. דער שטורעם צייגט דערווייל נישט קיין צייכנס פון אפשוואכונג, און קען מעגליך נאך פארשטארקערט ווערן פאר עס פאלט אן ביי די בארטענס פון די דרום שטאַטן, ווירדזשיניע, נארט און סאוט קאראליינע. לויט איר יעצטיגע שנעלקייט, וועט זי אנפאלן די טרוקעניש אנגעהויבן פון דאנערשטאג נאכט ביז פרייטאג אינדערפרי.

איבער א מיליאן איינוואוינער - וועלכע וואוינען נאנט צו די בארטנס אין די קאראליינעס - זענען שוין פארארדנט געווארן זיך צו עוועקיואירן, און נאך מיליאנען האבן באקומען ספעציעלע אנווייזונגען וויאזוי צו באשיצן זייערע הייזער. אויטאריטעטן האבן געפאדערט איינוואוינער, צו זיכער מאכן אז מען פארמאגט גענוג טרוקענע עסן און וואסער פאר אמווייניגסטנס א וואך. דער האריקעין ברענגט מיט זיך פון 20 ביז 30 אינטשעס רעגן, וואס קען פארפלייצן פילע געגענטער מיט וואסער אזוי הויך ווי 12 פוס. די פארפלייצונגען קענען עפעקטירן אויך סטעיטס ווייטער אריין אין לאנד, ווי טענעסי, קענטאקי און אלבאמא.

פרעזידענט טראמפ האט דערקלערט דעם שטורעם אלס נאציאנאלע קאטעסטראפע, און פארארדענט אלע פעדעראלע אגענטורן צו שענקן הילף פאר די באטראפענע שטאַטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל