א נייע יאר, א נייע אייפאון...

עפל האט - ווי יעדעס יאר אזא צייט - היינט אפגעהאלטן זייער איווענט, ווי זיי האבן אויפגעשפילט זייערע נייע מאשינען און סאפטווערס וואס זיי האבן פראדוצירט. עפל האט פראדוצירט עטליכע נייע גרויסע (און פארשטייט זיך טייערערע) סמארטפאונס און אויך א נייע עפל-זייגער. די איווענט איז פארגעקומען - אזויווי פאריאר - אין זייער הויפטקווארטיר אין קאליפארניע.

בילד

דאס יאר האבן זיי אויפגעשפילט צום ערשט זייער דריי נייע טעלעפאנען, דאס ערשטע איז די "אייפאון עקס. עס. מעקס", וואס די סקרין איז 6.5 אינטשעס (געמאסטן שיעף), שטערקערע ספיקערס. די פרייזן זענען $1,099 - $1,449, די טייערסטע נעמט אריין 512 גיגעבייט.

די צווייטע טעלעפאן איז דער אייפאון עקס. עס, וואס גייט אויף די זעלבער מאס ווי דער פאריעריגע מאדעל "עקס". - 5.8  אינטשעס, די פרייזן זענען $999 און ארויף, און די העכסטע נעמט אריין 512 גיגעבייט.

די דריטער טעלעפאן איז דער אייפאון עקס. אר, וואס איז אויסגעשטעלט ווי די פאריעריגע מאדעל "עקס". אבער די מאס פון די סקרין גייט גרעסער, זייענדיג 6.1 אינטשעס. די געדאנק פון די מאדעל, איז פאר די קונדן וואס ווילן נישט קויפן קיין פאונס וואס די פרייז האט פיר נומערן (א שטייגער ווי די אייפאון עקס. עס.), האט מען געמאכט דעם מאדעל עקס. אר. וואס די פרייזן זענען פון $749 און העכער.

 דערנאך האט מען אויפגעשפילט דעם נייען עפל-זייגער מאדעל 4, וואס קומט מיט א דרייסיג פראצענט גרעסערע סקרין ווי די מאדעל 3, ווי אויך קומט עס מיט א הארץ סענסאר, און די פרייזן גייען פון פיר הונדערט און העכער.

ווי אויך האט די סי. אי. או. פון  עפל, טים קוק געמאלדן אין א רעדע, אז די האָום-פּאַד קלוגע ספיקער וועט אויך באקומען נייע מעגליכקייטן, א שטייגער ווי די ספיקערס וועט קענען אויפכאפן ניגונים בלויז דורכן זאגן די ווערטער, און ווי אויך וועט מען קענען אנשטעלן עטליכע "טיימערס" (צייט ציילערס) אויפאַמאָל.

ווי אויך האט קוק געזאגט, אז עפל האט שוין פארקויפט כמעט צוויי ביליאן סמארטפאנען.

באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל