עס איז היינט באריכטעט געווארן, אז א אידישער רעסטוראנט און דער אידישער אייגענטומער זענען אטאקירט געווארן, דורכאויס די ווילדע ראיאטן וואס נעא-נאציס האבן דורכגעפירט אינעם דייטשן שטאט כעמניץ.

ארום 12 כוליגאנען האבן זיך אריינגעבראכן אינעם ״שלום״ רעסטוראן אין כעמניץ, און פיזיש אטאקירט דעם אידישן אייגענטומער, ווארפנדיג שטיינער און אביעקטן, און דערביי שרייענדיג אנטיסעמיטישע לאזונגען, צווישן אנדערע ״אידישער שוויין, ארויס פון דייטשלאנד״, א סצענע וואס האט דערמאנט די שוידערליכע תקופה פון די 30'ער יארן אין דיישטלאנד.

אידישע גרופעס האבן געלאזט הערן קריטיק, אז דער אינצידענט איז דערשטיקט געווארן דורך די פאליציי און איז נישט באריכטעט געווארן געהעריג אין די ארטיגע פרעסע, אבער די ארטיגע פאליציי האט פארשפראכן א גרונטליכע אויספארשונג איבער דעם אינצידענט.

בילד

ווארענונג: נשים אין די ווידיא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל