האריקעין פלארענס, וועלכע רוקט זיך אינעם אטלאנטישן ים אין ריכטונג פונעם אמעריקאנער מערב ברעג, איז עטוואס אפגעשוואכט געווארן פון א קאטעגאריע 4 צו א קאטעגאריע 2 האריקעין, מיט ווינטן פון 105 מ.פ.ש. דאס מיינט אז די ווינטן אין צענטער פונעם שטורעם זענען אצינד עטוואס שוואכער, אבער עס איז נישט קיין גרויסע טרייסט, וויבאלד די גרעסטע געפאר קומט פון די שווערע פארפלייצונגען וואס דאס ברענגט מיט זיך, וואס ווערט געשאצט ביים ארום 40 אינטשעס רעגן אין געוויסע חלקים פון די קאראליינעס.

בילד

דער שטורעם ברענגט שוין יעצט שווערע רעגנס און ווינטן אין די קאראליינעס, אבער דער אויג פונעם שטורעם וועט הערשט אנקומען שפעט ביינאכט אדער מארגן. אבזערווירער זאגן אז דער שטורעם פארמאגט כוואליעס פון ביז 85 פוס הויך.

דער שטורעם איז ווי א רעדל מיט שטורמישע ווינטן אינעווייניג, אבער דער גאנצער שטורעם פארט שטייטליך, וואס באדייט אז עס וועט האמערען דעם געגענט פאר עטליכע טעג. וועטער עקספערטן ערווארטן, אז דער שטורעם זאל זיך אויפהאלטן איבער די יבשה פאר ארום 3-4 טעג.

דערווייל האבן ווירדזשיניע, נארט קאראליינע, סאוט קאראליינע און דזשארדזשיע דערקלערט א "סטעיט אוו עמערדזשענסי", און איבער 1.7 מיליאן מענטשן זענען פארארדנט געווארן זיך צו עוועקיואירן פון די געגענטער נאנט צום ים. אויטאריטעטן זאגן אז דערווייל האבן זיך בלויז ארום א האלב מיליאן מענטשן עוועקיואירט, אלע לופטפעלדער אינעם געגענט וועלן היינט אפשפארן, און איבער 1,500 פליגער רייזעס זענען שוין אפגערופן געווארן.

די ארטיגע עלעקטעריציטעט פירמעס זאגן אז דער שטורעם קען אפהאקן עלעקטעריציטעט פאר איבער 4 מיליאן היימען, און עס וועט מעגליך געדויערן עטליכע וואכן ביז אלע איינוואוינער וועלן צוריקבאקומען עלעקטעריציטעט. די צענטראלע שאסייען, ספעציעל דער אינטערסטעיט 95, זענען גאר שטארק אנגעלייגט מיט הונדערטער טויזנטער קארס וועלכע פארן צו צפון אדער טיפער קיין דרום צו אנטלויפן פונעם שטורעם, און עס ווערט אויך באריכטעט א מאנגל אין גאז צוליב די הונדערטער טויזנטער קארס וואס פולן אן זייער טענק.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל