א שרעקליכע צוזאמבראך אין די וועלט פון מענטשליכקייט!

בילד

א גרויזאמע אטאקע האט זיך אפגעשפילט די וואך אין וואשינגטאן סטעיט, ווען צווי יונגן האבן איבערגעלאזט א געשעפט ארבעטער נאכ'ן כאפן א הארץ אטאקע, און נישט גענוג וואס זיי האבן אים נישט געהאלפן זיך צו דערמונטערן אדער צו רופן פאר הילף, האבן זיי ארויפגעטרעטן אויף זיינע קערפער און באראבעוועט די געשעפט מיט געלט און אינווענטארי.

אין די ווידיא זעהט מען, ווי צוויי קונדן נעמען צוויי עסנווארג פעקלעך פון די פאליציע, און דערנאך גייען זיי באצאלן. די באנדע האט נאר געוואלט באצאלן פאר איינס, און די געשעפט אייגענטומער איז צוגעגאנגען צו זיי, און זיך ארומגע'טענה'ט מיט זיי אז זיי דארפן צאלן פאר ביידע, אבער אוועקגייענדיג פון די קונדן איז ער צוזאמגעפאלן מיט א הארץ אטאקע, און די צוויי ווערן געזעהן אוועקכאפן די געלט פון זיינע הענט, אויפעפענען די קעש רעדזשיסטער און נעמען געלט פון דארט, און דאך א כאפ געטוהן נאך אנדערע פראדוקטן פאר'ן אנטלויפן פונעם געשעפט.


באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל