האריקעין פלארענס האט היינט אינדערפרי געלאנדעט אויף די ברעגעס פון נארט קאראליינע, ברענגנדיג מיט זיך מאסיווע ווינטן און שווערע רעגנס. די ווינטן גרייכן איבער 100 מ.פ.ש., וואס איז די שווערסטע וואס דער ראיאן האט געזעהן זינט 1958. רעטונג ארבייטער האבן שוין געדארפט דורכפירן א קאמפליצירטע מיסיע היינט אינדערפרי, צו ארויסראטעווען 150 איינוואוינער פונעם שטעטל ניו בערן, נאכדעם וואס דאס גאנצע שטעטל איז געווארן פארפלייצט אהן קיין וועג ארויס.

די ״רויטע קרייץ״ זאגט, אז נאנט צו 2,000 מענטשן האבן זיך אויפגעהאלטן אין זייערע ״שׁעלטערס״ דורכאויס דאנערשטאג ביינאכט, נישט האבנדיג ווי צו גיין נאכ׳ן זיך עוואקואירן.

איבער 500,000 היימען האבן שוין פארלוירן עלעקטעריציטעט אין די קאראליינעס, און די עלעקטעריק פירמע ווארנט אז עס קען אנקומען צו 10 מיליאן היימען, און עס וועט נעמען טעג אדער וואכן צו צוריקשטעלן.

פילע בילדער און ווידיאס (זעה אונטן) צייגן אז דער שטורעם ברענגט שוין אן אומבאגרייפליכע שאדן, עס רייסט ארויס ביימער, ווארפט איין אינפראסטרוקטור און ברענגט שאדנס צו געביידעס.

די אויטאריטעטן ווארענען, אז דער שטורעם און די ווינטן זענען די קלענערע פראבלעם. זיי זענען מער באזארגט איבער די מאסיווע רעגנס וואס קען ברענגען איבער 40 אינטשעס, א זאך וואס וועט ברענגען קאַטאַסטראָפאַלע פארפלייצונגען וועלכע קענען איינזונקען שטעט גענצליך אונטער וואסער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד







א ווארט מיט סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל